נשלח ב-10/9/2008 20:43
אלבערט פרידמאנ'ס מפלה ב"ה דער נייטראלער אלבערט פרידמאן האט ביי די פאריגע עלעקשאנס נאכאמאל ארויסגעוויזן זיין פרצוף מיטן זיך אריינמישן אין די וויליאמסבורגע מחלוקה און אינדארסירן מארטין קאנאר,
וויל איך אים דא גראטולירן פארן ליידן אזא מפלה און איך וויל אויסדרוקן וויליאמסבורג'ס האפנונג אז ביי די קומענדיגע וואלן זאל ער אוועקשטיין און לאזן די געטרייע עסקנים זאגן א מיינונג אין וויליאמסבורג
אלבערט איז נאך פון די אלד סקול, ווען די דעמאקראטישע פארטיי איז געפירט געווארן דורך פארטיי באסעס וועלכע האבן געטיילט געלט פאר דער וואס איז געגאנגען אין שפאן
אלבערט האט נאך היינט די ליגעל עדס ביי די קלאסיפיידס וואס ברענגט אים אריין הונדערטער דאלאר א וואך, וואס דאס איז אן אנדענק פון די צייטן ווען מיט אביסל חנופה און מיטן שמירן ווי מען דארף האט מען געקענט באקומען פון די פארטיי וואס מען האט געוואלט
אבער אלבערט דו מעגסט וויסן אז נייע ווינטן בלאזן און קאראפשען איז אווער, און דיין באליבטע UJO איז אין די אדמה
וויליאמסבורג וועט נישט שטיצן די עסטעבלישמענט קאנדידאטן וועמען די פארטיי באסעס האבן אויסגעפיקט און באפוילן פאר משה דוד נידערמאן און אלבערט פרידמאן צו שטיצן. וויליאמסבורג וועט שטיצן קאנדידאטן וואס שטעלן זיך ארויס פאר אונז און פארשפרעכן אונז צו העלפן.
נ.ב. איך וויל נישט דא אטאקירן אלבערט'ס פערזענליכן כאראקטער ווייל גראדע ווען ס'קומט צו חסידות פארשטייט ער יא אז ס'דארף זיין צוויי... נאר ביי פאליטיק האלט ער אז ס'דארף זיין איין UJO...
נשלח ב-10/9/2008 20:49
ער שרייבט טאקע אין די היינטיגע "די צייטונג" אז קאננער האט פארלוירן, אבער ער האט שטארק געווינען אין די חרדישע געגענט וויליאמסבורג.
ער שרייבט אז קאננער האט געבעטן "די צייטונג" צו באדאנקן אלע מענטשן וואס זענען ארויסגעגאנגען שטימען פאר אום...
קוקט אויס אז זיי האבן שוין געוויינט נעכטן אויפן טעלעפאון.
נשלח ב-10/9/2008 21:29
כ'האף אז נאך אזא מפלה גייט ער נישט שליסן די צייטונג...
נשלח ב-10/9/2008 22:17
דוד ברענגט ארויס מיט גרויס סארקאזם אז באמת האט קאנאר געווינען אלזא ס'איז נישט א מפלה און וועגן דעם דארף זיך אלבערט נישט שליסן.
דוד באקומסט א פאליצער פרייז אין זיין סארקאסטיש,
און זאלן די אהרונים זיך ווייטער איינרעדן אז אברהם ווידער איז מעיאר און אז זיי האבן דעם ביה"ח און אז סקוואדראן איז סטעיט סענאטאר, וכו' וכו' די אלע איינרעדענישן פון די אהרונים.
לעבן זאל די רעוואלוציע!
טויט פאר רעאליטעט!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.