בית פורומים כל העולם כולו

די פרישע גזירה פון מציצה בפה?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/9/2008 22:26 לינק ישיר 
די פרישע גזירה פון מציצה בפה?

אזוי ווי ליידער איז "מעשה שטן הצליח" און א קומץ קטן פון רשעים  מבני עמנו, האבן אויסגעקליבן דעם עוכר ישראל, און משומד הדור, כופר באלקי ישראל,

דניאל סקוואדראן שר"י

און אים געשטעלט אויפן ארט פון דעם געטרייען פאררעטער, מאנשי בריתינו, הרה"ח ר' מרדכי (המכונה מאטי, הנקרא מארטין) קאנער שליט"א, וועלכער האט געהאט א געטריי און פילבאר הארץ צו כל הקדוש לנו. טראצדעם וואס ר' מרדכי שליט"א איז אן אייריש קעטליק, פליסט דאך אין אים ריין אידיש בלוט.

דאס הארץ טריפט פאר צער אז מענטשן פון אידישן אפשטאם האבן אזוינס געקענט אפטאן בידים ממש, און ערוויילן דעם עוכר ישראל סקוואדראן, א איש צר ואויב דניאל הרע הזה. געוואלד און געשריגן?

דער עוכר ישראל סקוואדראן האט זיך פארלייגט אויף די הייליגע מצוה פון מציצה בפה עס אויסצורייסן רח"ל. און עס איז נישטא קיין אנדערע עצה נאר מסירת נפש ממש. נישט געזאגט נאר געטאן. מיר מוזן אים באקעמפן מיט אלעם וואס נאר מעגליך, און אים אויסרייסן פון דא, און אויף זיין ארט צוריקשטעלן אונזער באליבטן ר' מרדכי (מארטין) קאנער שליט"א

אויך איז קלאר אז דער רשע און רוצח דניאל סקוואדראן וויל חלילה אויסרייסן אלע מצות פון די תורה הקדושה, ווי די הייליגע מצוה פון בלאזן שופר און ראש השנה, און דאס פאסטן יום הקדוש. אוי געוואלד! ווער ווייסט וואספארא ביטערע מערכה עס ווארט די אידן פון וויליאמסבורג, אלעס ווייל מ'האט נישט צוגעהערט צו די געטרייע עסקנים, וועלכע האבן געשריגן און אלאמירט אז מ'זאל חלילה נישט געבן קיין יד לפושעים.


פאטאסאט פון צעטל וואס  די געטרייע עסקנים האבן געקלעבן קעגן דעם עוכר ישראל סקוואדראן שר"י



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2008 22:31 לינק ישיר 

באקומען א טעקסט. סקוואדראן האט געזען אז 68% פון ווילי איז מיט נידערמאן האטער צוריקגעצויגן פון די גזירה אויף מציצה בפה!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2008 22:35 לינק ישיר 

דא שרייבט די דעילי ניוז איבער קאנער'ס שטעלונג:

I asked Connor for his position on Metzitza B'Peh, and he punted.

<*>

"I didn't get involved in that, to tell you the truth," the senator told me last night. "It's a difficult situation. Bloomberg's administration was handling it. I don't know enough about it."

No word back yet from Squadron's campaign as to his views on the practice




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די פרישע גזירה פון מציצה בפה?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext