בית פורומים כל העולם כולו

ברעיקינג! וויטא לאפעז צו UJC: לאמיר זיך אראפזעצן.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/9/2008 06:15 לינק ישיר 
ברעיקינג! וויטא לאפעז צו UJC: לאמיר זיך אראפזעצן.

זעהנדיג ווי מאכטפול יו דזשעי קעיר איז, האט וויטא לאפעז אנגערופן היינט איינע פון די עסקנים פון UJC און געזאגט אז ער וויל א מיטינג מיט זיי, דער עסקן זייענדיג און שאק האט געזאגט אז ער וועט מוזן צוריקרופן.

יעצט גייען די עסקנים פון UJC זיך אראפזעצן פארהאנדלן בכובד ראש צו זעהן וואס זיי האבן צו טוהן.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/9/2008 06:21 לינק ישיר 

לויט ווי איך האב געהערט (נישט קראנט) האט שוין ר' משה דוד אנגערופען פאריגע וואך ר' ארי' לייב גלאנץ אז ער זאל קומען צו די מיטינג וועגן די בראדוועי טרייענגעל וואס איז געווען פאריגע וואך, ער איז אבער נישט געקומען.

איך האף אז יעצט וועלן זיי יא האבען שכל און זיך ארפזעצען מיט לאפעז און ארבעטען צוזאמען, עס קען אסאך אויפטאן פאר די וומסב"ג קאמיוניטי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/9/2008 06:29 לינק ישיר 

מיט א רשע, קען קיין טובה נישט זיין
נישט קיין מציאות!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/9/2008 07:13 לינק ישיר 

אנטשולדיגט מיר, דו רעדטסט נארישקייטן.

וויטא לאפעז איז נישט קיין רשע, ער איז א פאליטישאן וואס האט גרייזיג אויסגערעכנט זיינע שריט.

איך געדענק נאך ווען ער האט געפירט א מעכטיגע מערכה מיט וויליאמסבורג, ווען משה דוד נידערמאן איז געווען פון די הויפט מערכה פירער קעגן לאפעז. היינט צו טאג זענען זיי די בעסטע גוטע פריינט.

אונזער ציל איז עררייכט געווארן ב"ה, דער מעסעדזש איז אנגעקומען צו די ריכטיגע אויערן. יעצט איז די צייט עס אויסצונוצן לטובת הכלל, און דאס רעכנט אריין פרובירן צו ארבעטן מיט יעדן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/9/2008 07:55 לינק ישיר 

ער איז א שונא ישראל, האסט פארשטאנען
ער איז האט שוין אפגעטוהן פאר אידן צרות פאר 3-4 דורות
יעצט ווען אידן זענען שוין גרויס, און ציילן און טויזענטער טויזענטער און מען דארף נישט אנקומען צו איהם, גייט מען און מען חנפט, ממש א חרפה
ווען מען וועקט אויף דעם פגר זשערי דאמבאר פון קבר און מען זאגט איהם אז נידערמאן איז היינט מיט לאפעס איינס שטארבט ער פון דעם אליין
וויפיל אידיש געלט דער ציגאנער האט שוין שאדן געמאכט? מצער געווען? אידן זענען געווען אויפן שוועל פון זיצן ? די מיינסט אלעס איז פאליטיק ? ממש אזוי ? אידיש בליט איז פאליטיק מען גיט דאס א מיש ?
אוואדאי באקומען מיר גארנישט, מען לאכט אונז און פנים אז א גוי קען אזויפיל צרות אויסטיילן און דערנאך קען מען פאר פאליטיק זיצן מיט איהם
א שעם פאר דעם אליין אז מען קען אפילו אזוי רעדן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/9/2008 08:07 לינק ישיר 

נישט אימיזנסט איז דער נאצי לאפעז גוט מיט נידערמאן
ווייל נידערמאן איז ארום גענימען אויכט מיט נאציס שלעכטע מענטשן

ענבי הראזינקע



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/9/2008 08:10 לינק ישיר 

ב"ה איין ציגיינער האבן " מיר " די וואך ארויס געטשעקט, אין אינז זעמיר ווייט פארטיק  



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/9/2008 15:57 לינק ישיר 

איך האף אז מען גייט זיך נישט אראפ זעצן מיט דעם שונא ישראל לאפעז

פאר פיר וואכן צוריק איז געשטאנען אין דער איד אז וויטא לאפעז האט געזאגט ביי נידערמאנ'ס אסיפה אין קאנטינעטעל " א ציטיילטער כח איזס גארנישט ווערט "
ב"ה נאך נאך דריי מאל מאל זאגן פארשטייט ער אויפן ווינק אין ער זעהט עס מיט אייגענע אויגן אז וויליאמסבורג האט ארויס געקאפעט זיינס א קאנדידאט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/9/2008 17:42 לינק ישיר 

איך ווייס נישט פארוואס איר פארפירט אזוי.

UJCARE דארף זיך קלאר אראפזעצן מיט לאפעז - אויב לאפעז וויל מיטארבייטן - עסקנים דארפן ארבייטן מיט יעדעם איינעם, אפילו ער וועט ענדערש ארבייטן פאר די ספאנישע, אבער ווילאנג ער איז דא ברויכן מיר מיטארבייטן מיט אום און זעהן צו טוען וואס מ'קען.

אויב איז ער א פארעטער ברויך מען זיך אפרעכענען ווען די צייט וועט קומען, אבער ווילאנג ער איז אינווייניג דארף מען מיט אום ארבייטן און פראבירן ארויסצושלעפן דאס מערסטע וואס שייך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/9/2008 18:26 לינק ישיר 

איך ווייס נישט צו די "ברעיקינג" איז אמת צו נישט.


איין זאך ווייס איך יא: די אהרונים זענען געווען די וואס האבן געזוכט די שטיצע פון לאפעז מיט קרוב צו 4 יאר צוריק, ווען זיי האבן אים געלאדענט צו די חתונה פון גלאנץ אין וויליאמסבורג ר"ח חשון תשס"ה!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/9/2008 18:34 לינק ישיר 

דוד'ל די מעשה איז אזוי אמת ווי נידערמאן האט באפרייט די בחורים אין יאפאן
פאר פערציג מיליאן דאללער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/9/2008 18:42 לינק ישיר 

ויאכלו ענווים וישבעו

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2411652&forum_id=16386



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/9/2008 18:46 לינק ישיר 

עס געפעלט דיר נישט, אבער דער פאקט שמייסט אין פנים 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/9/2008 19:03 לינק ישיר 

פין וועלכע פאקט , אז וואס זיי זענען באפרייט ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/9/2008 19:56 לינק ישיר 

דעס אז וויטא לאפעז האט אנגערופן "יו דזשעי קעיר" אז ער וויל זיך אראפזעצן מיט זיי, איז א דבר פשוט, מ'דארף זיין נעריש נישט אזוי צו טוהן, נאך אלעם, פונקט ווי סקוואדראן, איז ער א פאלעטישן, און היות "יו דזשעי קעיר" האט באוויזן ארויסצוברענגען שטימען, ריגארדלעס וויפיל, מאכט זיי פאר א שטארקע ארגענעזאציע, און יעדער פאלעטישן וועצעך מיט זיי רעכענען.

אבער איך האלט אז קיינער דא קען נישט מאכן קיין דיסיזשען צו מ'זאל יא אדער נישט זיך מיט עם אראפזעצן, פארדעם זענען דא דע געטרייע עסקנים פון "יו דזשעי קעיר" און זיי וועלן מאכן אן אחריות'דיגן דיסיזשען בע"ה וואס זיי האבן צו טוהן, זיי האבן שוין געוויזן אז זיי קענען מאכן געלונגענע דיסיזשען'ס.

לאמער האפן צום אויבערשטען אז זייער דיסיזשען זאל זיין צום גוטן............................



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/9/2008 20:44 לינק ישיר 

אדמיראל ברענגט גוט ארויס אז אזעלכע דעסישאנס קענען נישט געמאכט ווערן דא אויפן פארק, דאס דארפן עסקנים אפמאכן כפי הצורך.

 אין פאליטיק ארבעט עס אייביג אזוי, אז מען טוט וואס מען דארף טאן "יעצט", אויב דארף מען יעצט שמייסן לאפעז איז ער א שונא ישראל, אויב מוז מען דערווייל צוקומען צו אים דארף מען זיך אראפזעצן, מען דארף אקאמפלישן וואס איז יעצט די פריאריטי, אויב פעלט אויס דארף מען זיך אפילו אראפזעצן מיט נידערמאן וכדומה. 
מען קען דאס זען ביי גרויסע פאליטישאנס אויך, איין טאג שמייסט מען זיך דעם צווייטן טאג לייגט מען בלומען צוזאמען און מען לויבט זיך איינער דעם צווייטן.
בסך הכל רעדט מען פון פאליטיק און יעדער וועט טאן וואס אים לוינט זיך, 

איך פארשטיי נאר נישט וואס דער "ברעיקינג" איז, ס'איז נישט ברעיקינג אז לאפעז זעצט זיך מיט UJC און ס'איז נישט ברעיקינג אז סקוואדראן זעצט זיך מיט UJO ס'איז פאליטיק עס יודזשועל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעיקינג! וויטא לאפעז צו UJC: לאמיר זיך אראפזעצן.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext