|
|
| נשלח ב-14/9/2008 19:16 |
|
| |
מילך בן רבקה לרופ"ש
ווער ס'האט געהאט די זכי'ה האט געליינט מילך לייפער זאל זיין גיזינט בריוו צי געווזענעם ראש הקהל הרה"ח ר' סענדער דייטש ע"ה , אינעם דבר יום ביומו ווי מילך געט פאר ר' סענדער א פינקטליכע באריכט וואס טוט זיך דא אויף דעם קליינעם וועלטעל די לעצטע 10 יאר אז די בינה מאגאעזין פארקויפט מען ווילימסבורג , וכו,
וואס ער האט פארגעסן צי פאר ציילן פאר ר' סענדער איז אז סאיז דא א בלאט , אין אז דער איד קומט ארויס הערשט דאנרשטיג אין אז אלבערט גייט נאך אן,אין אויך וועגן צייטשריפט , שפאקטיוו , דער שטערן
אבער לויט ווי מען הערט גייט מילך אין די נאנטע טעג ארויס קומען מיט א וועכנטילכע צייטנוג
אין האפנדליך וועט דארט פארקומען מערערע קארספאנדס בריווען צווישן אים אין ר' סענדער
היינט איז געשעהן א ברעק טרא ר' סענדער האט צוריק געשריבן בזה"ל " איגנארירן מיינט נישט קאפיטאלירן "
זיכתו יגן עלינו ועל כל ישראל
תוקן על ידי האקאבו ב- 14/09/2008 19:37:12
|
|
|
|
| נשלח ב-14/9/2008 19:48 |
|
| |
איז עס אמת וואס דו זאגסט אז מיילעך לייפער קומט ארויס מיט א טעגליכע צייטונג, אדער איז עס א ווערטל?
|
|
|
|
| נשלח ב-14/9/2008 19:56 |
|
| |
האקאבו האסטו מיר געקאסט א לאך מיט דיין לעצטע שורה!!!!
געוואלדיג!
יישר!
|
|
|
|
| נשלח ב-14/9/2008 20:07 |
|
| |
איך קען נאר דיר זאגן וואס מילך האט פארקויפט אין רעסטעראנט אז ער גייט ארויס קומען מיט א צייטנוג , אין די גאר נאנטע טעג (?)
אין אויך זאגט ער אז ער נאר ארויס א גאר א גרויסע העכט פין דער איד צי ארבעטן פאר אים
פינקטליך וועם ער מיינט ווייס איך נישט
|
|
|
|
| נשלח ב-14/9/2008 20:45 |
|
| |
א בריוועלע צום גן עדן
בעזהשי"ת
צו מיין אומפארגעסליכן וועגווייזער און לערער
הרה"ח ר' אלכסנדר סענדר ב"ר אברהם צבי ז"ל דייטש
מראה"ק דקהל יטב לב דסאטמאר — נלב"ע י"א אלול תשנ"ח
פרידן צו אייער נשמה,
דאס בריוועלע שרייב איך פון וויליאמסבורג, דאס ארט וואו איר האט געלעבט און געשאפן במשך די
לעצטע 52 יאר פון אייער לעבן.
און וויסן זאלט איר ר' סענדר, אז וויליאמסבורג איז נישט מער די זעלבע וויליאמסבורג וואס עס איז
געווען ווען איר האט זיך געפינען דא מיט אונז. נישט בלויז האבן זיך, אין די עטליכע יאר זינט איר האט אונז
איבערגעלאזט, אויסגעברייטערט אירע גרעניצן — אזש פון סאוט 4 ביז לאפאיעט — און צענדליגער שפאָגל
נייע אויגנפארכאפנדע געביידעס האבן איבערגענומען דאס ארט פון די אמאליגע חורבות, נאר אין די צייט
וואס די היינטיגע טאטעס, מאמעס, זיידעס און באבעס וועלכע זענען דא אויפגעוואקסן האבן מורא געהאט
ארויסצוגיין אויף די גאס אינמיטן די נאכט אויס שרעק פון די היספאנישע שכנים, האבן מיר באקומען אין די
לעצטע יארן א פיל ערגערן עלעמענט פון ווי די שחורים. אַ נידעריגער עלעמענט וואס רופט זיך "ארטיסטן"
וועלכע האבן פארסאזשעט די אמאליגע ריינע וויליאמסבורגער אטמאספערע. אזוי אז אין די היינטיגע
וויליאמסבורג איז רואיגער ארויסצוגיין אויף דער גאס אינמיטן די נאכט ווי אינמיטן טאג ווען די דאזיגע גרועים
שבאומות, אונזערע נייע שכנים, דרייען זיך אויף אונזערע גאסן. אויך איז די הארמאניע וואס האט דא
געהערשט ווען איר זענט נאך געווען צווישן אונז א פארגאנגענהייט. אָט ערשט מיט עטליכע טעג צוריק איז
פארגעקומען אין וויליאמסבורג "וואַלן" וואס האט פארוואנדלט אונזער געגנט אין א שלאכטפעלד אז ס'איז אזש
געווען א שרעק ארויסצוגיין אויף די גאס. עס האט אויסגעזען ווי פאר אַ פאָגראָם.
און נישט בלויז דא אין וויליאמסבורג איז דאס דער מצב, נאר זאגאר די מעכטיגע עקאנאמישע און
פאליטישע מאכט פון די אמעריקע וואס איר האט געקענט געהערט שוין אויך צו די פארגאנגענהייט. ערשט
נעכטן, גראדע אין טאג פון אייער צענטע יארצייט, האט די גוי'אישע וועלט אפגעצייכנט דעם זיבעטן יארטאג
פונעם טאג ווען עטליכע אראבישע טעראָריסטן האבן אריינגעקראכט און צעשמעטערט די צוויי מעכטיגע
וואלקן קראצער אין מאנהעטן און אומגעבראַכט ר"ל כמעט 3000 מענטשן אין א קראַך פון וועלכןאמעריקע
וועט זיך נישט אזוי שנעל אויסטשוכען. איר פאליטישער און עקאנאמישער כח איז צעשצעטערט געווארן. די
שטארקייט פונעם אמאליגן אזוי געגארטן דאלער געהערט שוין לאנג צו דער היסטאריע. ערשט מיט עטליכע
טעג צוריק האָבן אירע צוויי גרעסטע מארגעטזש בענק כמעט באנקראטירט (חוץ פון קלענערע בענק און
אַנדערע פינאַנציעלע אינסטיטוציעס) און די רעגירונג האט עס געמוזט איבערנעמען.
יא, דאס איז געבליבן פון די אמעריקאנער "קולטור". א קולטור וואס אירע בירגער קענען אזש אנקומען
ביז צו די לבנה אבער וואו פרעשבורג און לעמבערג געפינט זיך אויף די מאפע איז זיי צו שווער צו וויסן. יאָ ר'
סענדר. מיר האבן פארלוירן דעם פראָנט. די אמעריקאנער קולטור פון תענוגי עולם הזה וואס אונזערע עלטערן
האבן אונז געלערנט צו דערווייטערן זיך דערפון כמטחוי קשת ווערט היינט פראמינענט אנגעבאטן און
צעשמירט אויף די זעלבע שפאלטן פון וואו איר האט העכער 50 יאר געפירט א העפטיגען קאמף קעגן אלעס
וואס עס האט דערמיט געשמעקט. דאס ארט פון אייערע ריזיגע דרוקעריי מאשינען מיט וועלכע איר האט
געהאלפן אונזער הייליגן רבי'ן זי"ע פארשפרייטן קדושה וטהרה, האבן איבערגענומען קליינע קאמפיוטערלעך
דורך וועלכע די סטרא אחרא האט ערפינדן א שפאגל נייעם אומנות וואס רופט זיך "גראַפיקס" און עס איז
געווארן א מרכבה אריינצוברענגען צווישן אונז די אמעריקאנער טומאה און זוהמא מיט איר פולן עקל און
גרויל. אָט אפילו דאס דינטשיגע בלעטעלע אויף וועלכן איך שרייב צו אייך די דאזיגע שורות מוז מען אפהיטן
בשבע עינים עס זאל נישט מיטגעשלעפט ווערן מיט אט דעם דאזיגן שטראָם פון וואו דעם וועג אויף צוריק איז
שווער צו געפינען.
טייערער ר' סענדר: אויף אייך קען איך אויסרופן "כי למחי' שלחני אלקים לפניכם"! אדאנק די 18 יאר
וואס איך האב זוכה געווען זיך צו געפינען אין אייער געגנווארט געהערט שוין מיין אמאליגע באשעפטיגונג -
ביי וועלכע איר זענט געווען איינער פון מיינע קליענטן ווען מיר פלעגן צוזאמען רייזן צו דער אלטער היים
וואו כ'האב פון אייך אזויפיל געלערנט - צו דער פארגאנגענהייט. אייערע אמאליגע בלויע ארבייטס קליידער
איז עפעס געווארן ווי אַ מיליטערישער אוניפארם מיט וועלכן איך פיר אַ שטענדיגן געראנגל קעגן דעם
שעדליכן איינפךוס פון די היינטיגע אידישע ליטעראַטור. מיט דעם געווער פון שריפט און ריינע השקפה וואס
איך האב פון אייך מקבל געווען, פיר איך ב"ה די לעצטע 5 יאר אַן אידעאָלאָגישע מלחמה קעגן אלץ און אלעס
וואס די אמעריקאנער טומאה שטעלט מיט זיך פאָר וואס ווערט אימפאָרטירט אויף די שפאַלטן פון די היינטיגע
צייטונגען.
וואָרום וואס איר ווייסט נישט ר' סענדר טייערער איז, אז דער קליינער אומשולדיגער קאָמפּיוטער וואס
איר האט קוים געקענט, די נייע ערפינדונג פון די טעכנאלאגיע וועלכעס האט אייערע שטאָלענע מאַשינען
איבערנאכט פארוואנדלט אין ברוכווארג און אייך שיער געמאכט אויס "קאפעלוטש מאכער", האט מיט זיך
מיטגעברענגט נישט בלויז א מיליטער פון שרייבער און "זעצער" וואס אני הקטן בין געווארן איינער פון זיי. די
כלי וואס רופט זיך קאָמפּיוטער האט ליידער מיטגעברענגט מיט זיך א געפערליכע טומאה און תועבה וואס
הייסט "אינטערנעט", א געפערליכער כלי משחית וואס האט געמאכט א חורבן אויף א שרעקליכן פארנעם. עס
האלט שוין דערביי אז די באקאנטע נוסחא פון רבי'ן ר' בונם פון פשיסחא - אז דער רבוש"ע זאל אונז
אויסלייזן אלס אידן ווי איידער אלס גוים חלילה - ווערט חלילה מקויים במלא מובן המלה, ומחבלים מבית
ומבחוץ וועלכע טוען באדראָען די ריינע השקפה וואס מיר האבן געלערנט.
אויך אין הייליגן לאנד איז דער מצב נישט אנדערש. דער פינאנציעלער קיום פונעם חינוך הטהור
בארצנו הק' געפינט זיך אין א געפאַר. די מסירת נפש'דיגע מנהלים פון די מוסדות החינוך על טהרת הקודש
אין ארץ ישראל שרייען געוואַלד! זייער קאַסע איז טרוקן און זיי ראנגעלען זיך מיט חובות פון מיליאָנען
דאָלאַרן! ווידער דער פייער פון מינות און כפירה וואס בושעוועט בארצינו הק' האט שוין היינט מכלה געווען
מנפש ועד בשר און אריינגעשלעפט כמעט דעם גאנצן כלל ישראל. מיר האבן נישט ווער עס זאל פירן די
מלחמה מיט די רשעי הציונים און זייערע שותפים די רבי'ס און רבנים וואס האבן ליידער אריינגעפירט אלפים
ורבבות תמימות'דיגע ערליכע אידן אין א שרעקליכן בלבול המוחות און זענען געווארן א מרכבה צו די
ציוניסטישע כפירה ר"ל. אין די לעצטע 10 יאר האבן זיי אויסגעשפרייט זייער נעץ פון מינות אזש ביז קיין
אמעריקע וואו טויזנטער געלע קעסטלעך פון מינות וכפירה באצירן היינט אָן בושה די הייזער פון בארא
פארק, פלעטבוש און אפילו די היימישע מאנסי. געלויבט השי"ת אז עס נאך פאראן צוויי מקומות, וויליאמסבורג
און קרית יואל, וואו די דאזיגע פאסט קעסטלעך פון בן גוריון און קוק שר"י זענען בל יראה ובל ימצא.
און עס איז טאקע דערפאר, ר' סענדר, וואס איך שרייב די דאזיגע שורות אויף די שפאלטן פון אן
אויסגאבע וואס ווערט געליינט בלויז אין די דאזיגע לעצטע 2 ווינקעלעך, וואו בלויז די שיטה הק' פון אונזער
הייליגן רבי'ן זי"ע דאמינירט די גאס ב"ה עד ביאת הגואל. אין אמת'ן וואקלט זיך שוין אפילו אין וויליאמסבורג
די ערד אונטער אונזערע פיס; די ציוניסטישע כפירה האט באוויזן דורכצוברעכן אונזער געפאנצערטע מויער
און האָט אריינגעדרונגען אין אונזערע הייזער אין פארעם פון אַ פארמאסקירטן אגודיסטישן מאגאזין וואס
למרבה האיראניע הייסט עס "בינה", און ווערט פארקויפט אין כמעט אלע וויליאמסבורגער געשעפטן באין
פוצה פה ומצפצף! וואס'זשע וועט זיין מיט די אלע ניי- געבוירענע פיצלעך וואס זענען אויסגערעכנט אויף דעם
דאזיגן שמחה צעטל? וועט זייער השקפה דאמינירט ווערן חלילה פון די דיעות כוזבות וואס מיר פארשפרייטן
מיט די אייגענע הענט אין אונזערע ספרים געשעפטן צוליב א פארדינסט פון עטליכע גראשן? האט איר זיך
אמאל פארגעשטעלט ווען איר זענט נאך געווען אויף דעם עולם אז דער מצב וועט אמאל דערקריכן ביז אהין?
און טאקע אויך דערפאר האב איך מיר אויסגעקליבן דעם דאזיגן בריוועלע צוצושטעלן צום "דבר יום
ביומו": איר זאלט דאס שמחה צעטל איבערגעבן פאר אונזער הייליגן רבי'ן זי"ע אלס א קוויטל און מזכיר זיין
די אבות על בנים, די נייע פּאָרלעך וועלכע גייען די טעג אונטער די חופה און די ניי- געבוירענע יונקי שדים
שלא טעמו טעם חטא אז זיי זאלן קענען אויפוואקסן אויפ'ן דרך הקדושה וואס דער רבי זי"ע האט דא
אוועקגעשטעלט מיט אזויפיל פלאג און סייעתא דשמיא. מיר זאלן נישט פארדארבן אונזערע קינדער מיט די
אייגענע הענט מיט אריינברענגען אין הויז די זוהמא פון די אמעריקאנער גאס און פון די ציוניסטישע כפירה
אין אַ דור ווי עס וואקסן אויף תלמידי חכמים אבער פארמאגן נישט די שיחות חולין של תלמידי חכמים דארף
מען עקסטערע סייעתא דשמיא אריינצוברענגען אהבת תורה ויראת שמים אין אונזערע קינדער.
זייט אויך מזכיר לטובה ולברכה די חסידים און תלמידים פון רביה"ק זי"ע דא אין חוץ לארץ וועלכע
שטיצן מיט מסירת נפש דעם חינוך הטהור בארצנו הק' מיט שווערע מיליאָנען דאָלאַרן יערליך. מה כאן עומד
ומשמש אף התם עומד ומשמש. היינט אין טאג פון אייער יאָרצייט זאלט איר זיך מיען פאר אונזערע נגידים
בעם דאָהי און אין אייראָפּע אז זיי זאלן קענען שטיין לעזרת ה' בגבורים מיט סכומים אדירים למען חינוך
הטהור בארצנו הק' וואס זיי טוען מיט מסירת נפש טראָץ דעם וואָס זייער מצב איז נישט מער וואָס עסאיז
געווען.
אלס געטרייער פירער פון אונזער עדה קדושה און נאענטסטער אדיוטאנט פון אונזער הייליגן רבי'ן זי"ע
בעלמא הדין, געפינט איר זיך דאך אינעם טאג פון אייער הילולא אוודאי נעבן אונזער הייליגן רבי'ן זי"ע בעולם
האמת, זאלט איר אים דערמאנען אז ער זאל זיך מיען ביים כסא הכבוד פאר כלל ישראל אז מיר זאלן אינגיכן
אויסגעלייזט ווערן פון דעם פינסטערן גלות און זוכה זיין צו די גאולה שלימה ווען עס וועט זיין ומלאה הארץ
דעה את ה' כמים לים מכסים אכי"ר.
י"א אלול תשס"ח.
אלימלך בן רבקה
ברוקלין יצ"ו
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/9/2008 20:53 |
|
| |
ער מעג זיך שעמען, ביז היינט האבעך עם דן געווען לכף זכות, ווייך כ'האב געמיינט אז ער האצעך נישט געהאט פון וועם צו לערנען, אבער אז ער האט געהאט געהאט אזא רבי'ן ווי ר' סענדער, וואלטער ווען געדארפט זיין א נארמאלע מענטש!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-14/9/2008 21:18 |
|
| |
יעצט נאך חצות איז אנגעקומען נאך א זענדוג פין ר' סענדער ע"ה בזה"ל
פרידן צי דיר מילך בן רבקה "א אקס וואס האט לאנגע צונג קען קיין שופר נישט בלאזן "
תוקן על ידי האקאבו ב- 14/09/2008 21:22:29
|
|
|
|
| נשלח ב-14/9/2008 21:30 |
|
| |
נישט קיין שלעכטער בריוו
אבער מיין באבע ע"ה פלעגט אזא צייט זאגן, תמניא אפיא מיט קרע שטן וואלט נישט געשאדט
|
|
|
|
| נשלח ב-14/9/2008 22:47 |
|
| |
אוי וויי ער געט ארויס א צייטנוג ר' סענדער דרייט זיך אין קבר
|
|
|
|
| נשלח ב-14/9/2008 23:20 |
|
| |
עט ליעסט ער איז א זיסער משוגענער....
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2008 04:58 |
|
| |
אדמיראל, אויב דער שוטה מיטן לאנגען בארד שרייבט אז ער האט זיך געלערנט פון ר' סענדער מיינט עס עפעס?
דער איז דאך א וועלט בארימטער שוטה, און ער טוט עס נאך פארשפרייטן מיט זיינע אויסגאבעס, פארוואס זאלסטו מיינען אז ר' סענדער האט אים גערעכנט פאר זיינס א תלמיד?
אויב זאל מען חלילה אנעמען אז זיינעע ווערטער זענען ריכטיג און וואס ער טוט כסדר זיך בארימען אז ער האט דאס און יענס מקבל געווען פון ר' סענדער'ן, און מען וועט אים נאך גלייבן טוט מען מיט דעם אוועקמאכן דעם אומפארגעסליכן ראש הקהל אז ער איז געווען א מענטש וואס האט נישט פארשטאנען מיטט וועלכע משוגעים ער איז ארומגענומען.
דער טיפש דרייט זיך אין וויליאמסבורג און רעדט צו ווער עס הערט אויס זיינע פאנטאזירטע נארישקייטן, און יעדע שטיק צייט געט ער עס ארויס אויף פאפיר.
פון וואו מיינט עטץ האט ער געלט צו דרוקען זיינען שטותים? איז דען דא איימיצער וואס קויפט און באצאלט פאר זיינע חלומות? אמת, ער האט נישט א שטוב מיט קינדער אויסצוהאלטן און שוין יארן וואס ער איז א פלג גופא, ווען ער קען זיך נישט צונויפפארן מיט קיין אנדערען זעל, אבער די אלע דרוקערייען און עדס אויף דעם פלוג בלעטל "דבר יום ביומו" קאסט דאך אסאך געלט?
דאס אלעס קומט פון דעם וואס ער האט א געוויסע שפראך און פארקויפט פאר די געציילטע עשירים וואס מוז זיין אז זיי זענען נישט קיין סאך קלוגער ווי אים, אז מיטט זיינע צייטונגען און לופט פאפירן טוט ער אויף גדולות ונצורות און ער טוט גאר אויפהאלטן אידישקייט וואס וואלט אנדערש נישט געהאט קיין קיום.
דעריבער טייערע אידן אויב באמערקט איר ווי דער שוטה קלעבט זיך אן אין א נגיד און לעקט זיך צו אים, גייט אים נאך פון הינטערוויילעכטץ און ווי נאר ער גייט אוועק מיט דעם גרויסן טשעק וואס ער האט נארוואס ארויסגענאשט מיט זיין געקונצלטער שפראך, כאפט א שמועס מיט דעם עושר און פרעגט אים וויפיל אידן ער וואלט געקענט גליקליך מאכן ווער ער געט די געלט פאר בעסערע פלעצער.
 |
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|