די הנהלת הקהלה האט ארויסגעשיקט בריוו צו אלע חברים אינעם פורים בי"ד וועלכע האבן מכלומר'שט מתיר געווען פאר די זאליס זיך צו ווענדן צום ציוניסטישן בג"ץ אן געבן די מעגליכקייט זיך צו שטעלן צו דין תורה, מיט א שטרענגע ווארענונג אז אויב זיי נוצן נישט זייער פאליטישן כח אפצושטעלן די ערכאות אין בג"ץ וועט קהל נישט האבן קיין ברירה און זיי מוזן אויסשליסן פון מעמבערשיפ, אריינגערעכנט די רעכט צו קענען ליגן אין בית החיים.
ענליכע בריוו זענען ארויסגעשיקט געווארן צו ר' עזריאל גליק, דער ארגינעלער הולך בערכאות, מענדל וואלערשטיין, און אנדערע וועלכע האבן געהאט א טייל אין דעם שוידערליכן חילול השם.
עס איז צום האפן אז די הולכים בערכאות ומחללי שם שמים וועלן זיך בארעכענען און תשובה טאן שטייענדיג פאר די ימי הרחמים והרצון, וואס וועט איינשפארן פאר די הנהלת הקהלה די אומאנגענעמע אבער אומפארמיידבארע שריט.
נשלח ב-17/9/2008 06:54
נקוט כללא זה בידך
א הינט וואס בילט בייסט נישט.
ס'וועט נישט נעמען צי לאנג און דער בית החיים וועט אי"ה זיין דארט ווי ראדני איז וד"ל.