בית פורומים כל העולם כולו

משה מאנראוער (?) רייסט זיך מיט זאלי מאנראוער סקול

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/9/2008 21:22 לינק ישיר 
משה מאנראוער (?) רייסט זיך מיט זאלי מאנראוער סקול

די לעצטע פאר וואכן קומט פאר א דראמא אין קרית יואל וואס איז גוט אז יעדער זאל מיטהאלטן.

די זאליס האבן געהאט געמאלדן מיט גרויס פאמפע אפאר וואכן צוריק אין איד אז זיי האבן פארשאפט א נייע מעכטיגע פלאץ פאר זייער מיידל סקול פון קרית יואל (זיי האבן פארגעסן "אויסצוזאגן" אז סאיז נענטער צו קווינס קעמפ ווי צו קרית יואל, אבער נו... נישט זייער גרעסטע עבירה), לכבוד דעם האט משה געוועזענער מאנראוער ארויסגעטראסקעט די מאבילס וואו די "סקול" איז ביז יעצט געווען, וואס איז אים ביז יעצט אויך געשטאנען ווי א דארען אין אויג צו זען וויאזוי די צען פראצענט אין די לאט, זיין איינציגסטער פארמעגן וואס ער האט נאך, ווערט פארנוצט פאר א נארישע סקול.

למעשה האט זיך יענע "מעכטיגע" פלאץ נישט אויסגעארבעט, סאיז נאך בכלל נישט זיכער אויב זיי גייען אפילו אמאל אהין, און יעצט זענען זיי געבליבן אן א סקול. זענען די זאליס געגאנגען און צוריק אנגעהויבן צו ברענגען מאבילס מיט טרעילערס אויף די יחזקאל בראך-משה מאנראוער לאט פאר זייער סקול, כדרכם בקודש האבן זיי אפילו נישט געפרעגט קיין רשות פון די בעלי בתים און אליינס אנגעהויבן ארויפלייגן דארט זייערע טרעילערס.

ווען משה מאנראוער האט געהערט דערפון איז אים שווארץ געווארן, ער איז גראד אראפגעפארן אהין און מיט קולי קולות פארטריבן דעם יונגערמאן וואס האט געהאלטן אינמיטן אויפסעטן די טרעילערס-סקול.

די זאליס זענען געבליבן אן א סקול, און אפאר טעג איז זייער סקול געווען צוגעשפארט ווייל זיי האבן נישט געהאט וואו צו לייגן זייערע "טויזנטער" מיידלעך.

סאיז פארשטייט זיך געווארן הימל און ערד, טישן און בענק, טרעילערס און סקולס, אלע זאליס זענען געווארן שרעקליך אנגעצינדען אויף משה מאנראוער אז אייביג איז ער דא איינצוטיילן דעות און דערווייל האלט ער אינמיטן באגראבן זייער סקול, קנאפע צוואנציג יאר נאכדעם וואס ער האט שיעור נישט צוגרונד געלייגט די סאטמארע מוסדות אין קרית יואל.

דערווייל איז געבליבן א שטיקל פשרה אז די טרעילערס וואס ליגן שוין דארט, אויפן פלאץ וואו די טרעילערס זענען ביז יעצט געווען, וועט ער לאזן שטיין, אבער ער לאזט בשום אופן נישט צולייגן קיין פרישע טרעילערס.

ווער סהאט א לייידיגע בעיסמענט ווערט געבעטן זיך צו ווענדן צו די זאליס. בדיעבד איז גענוג א ליידיגע שטיקל פעלד וואו מזאל קענען אראפלייגן נאך א טרעילער.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/9/2008 21:33 לינק ישיר 

ערענסט גערעדט      וואס איז פשט אז זייער מוסוד איז שוין אפען אפאר יאר אין זיי האבען דאך עשירים אין מיט דעם אלעם זענען זיי א באנדע שלעפערס נישט קיין לייטישע שול נישט קיין סקול א שטיקעל חדר  הלא דבר היא  ?????   דאס דארף דאך א שטיקעל הסבר מדארף דאס שטודירען     



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/9/2008 21:41 לינק ישיר 

טאטעלע, דאס איז טאקע דער תירוץ!

ווייל זייערע געלט געבערס געבן נאר ווען עס האט עפעס מיט די אהרונים, און וויבאלד די אהרונים אינטערעסירט עס נישט, אינטערעסירט עס זיי אויך נישט.

היכי תימצא, די גאנצע געשעהניש דויערט שוין א שיינע פאר וואכן, און פאר די אהרונים האט עס נאך ניטאמאל אינטערעסירט אפילו עס ארויף צו לייגן אויף היידפארק.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > משה מאנראוער (?) רייסט זיך מיט זאלי מאנראוער סקול
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext