בית פורומים כל העולם כולו

פרישע ספר "לוח תמידים כסדרם" לשנת תשס"ט צוכאפט פון די געשעפטן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/9/2008 00:10 לינק ישיר 
פרישע ספר "לוח תמידים כסדרם" לשנת תשס"ט צוכאפט פון די געשעפטן

שוין ווידער איז בעלזא מכנובקה ארויס מיט א וואונדערבארע ספר וואס ווערט פון יאר צו יאר פארכאפט ביי תלמידי חכמים און חסידישע יודן איבערן גארן וועלט מיט אירע מעלות און גרינדליכקייט אויף יעדער מנהג און א יעדער הלכה ווי אזוי מען פירט זיך אין אלע אידישע שטיבער באגלייט מיט מנהגים ווי אזוי מען פירט זיך אין די בעלזער הויפן, עס איז ספעציעל צום באוואונדערן אז די ספר ווערט פארכאפט דווקא דורך תלמידי חכמים כאטש זיי האבן נישט צופיל שייכות קיין בעלזא, טאקע צוליב די גרינדליכקייט אין נאכגיין א יעדע מנהג ישראל גענוי ווי אזוי זיך צו פירן הלכה למעשה.
דער לוח איז שוין ארויסגעקומען נאכדעם וואס דער מחבר שליט"א האט זיך קונה שם טוב געווען מיט זיינע פריעדיגע ספרים, און ספעציעל מיטן לעצטן ספר איצט חודש אב, וואס ער האט ארויסעגעגעבן אויף עניני נשואין מיטן נאמען "הנשואין כסדרן" וואס דארט ווערט אראפגעברענגט אלע מנהגים און הלכות וואס ווערט געטון פון מען שליסט שידוך ביז נאך שנה ראשונה, יעדן פרט ופרט מיט די גענויע מקורות, אזש ספעציעל צום באוואונדערן, ווי גדולי תורה פון ארץ ישראל קענען זיך נישט גענוג אפוואונדערן פון אזא שלימות'דיגע ארבעט. ווי עס ווערט איבערגעגעבן איז שוין געדרוקט געווארן 5000 שטיק און אלעס איז צוכאפט געווארן אינעם פארלאפענעם חודש נאך איידער דער מחבר האט עספייעט דאס מפיץ צו זיין אין די געשעפטן.
אויך איז דער מחבר א חבר אין מכון שמן רוקח און געהאט א גרויס חלק אינעם ספר בית המדרש שבבעלזא וואס איז לעצטענס ארויס און פארכאפט געווארן בכל תפוצות ישראל מיט גאר גרויס אינטערעסע ווי באקאנט



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/9/2008 00:24 לינק ישיר 

ווער איז דער מחבר, און וואו קען מען עס קריגן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/9/2008 02:17 לינק ישיר 

מצורף קובץ

דער מחבר איז הרה"ג רבי מאיר ווייס שליט"א פון בני ברק, מקען עס באקומען אין אלע ספרים געשעפטן אין ארץ ישראל און אין אמעריקא. דער וואך איז פארטיילט געווארן אין לאנדאן גאר אסאך דערפון פאר די אלע וואס האבען באשטייערט גרעסערע סכומים ביי א מסיבה לטובת די בעלזער ישיבה קטנה אין לאנדאן



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/9/2008 02:18 לינק ישיר 

2 בעלזא איך זעה אז די רעדסט פון שמן רוקח, דערמאנט עס מיר אז איך האב באמערקט א נייע פורעם אין בחדרי, מיט דעים נאמען, האט דאס צי טוהן מיט ענקער בעלזא, אדער איז דאס פון דע בעלז ירושלים, אדער האט עס גארנישט צו טוהן מיט בעלזא ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/9/2008 07:36 לינק ישיר 

יעצט אז איך זעה דער בילד האב איך מיך שוין דערמאנט פון וואס איז די רעדע. עס איז טאקע א שיינע ארבעט, און איך האב עס שוין גענוצט עטליכע מאל צו מברר זיין געוויסע מנהגים וכדו', איך האב אבער נישט געדענקט וויאזוי עס הייסט.

האט איינער אן אנונג וויפיל קאסט דער נייער לוח?

א דאנק




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פרישע ספר "לוח תמידים כסדרם" לשנת תשס"ט צוכאפט פון די געשעפטן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext