דער איד לייקענט שטיין-און-ביין אז סאטמאר זאל האבן עפעס ערהאלטן פון די משפחה פון די נפטרת מרת שווארץ ע"ה.
ווען פערעלשטיין האט געזאגט אז מאנטאג וועט אלעס זיין ערלעדיגט, האט ער געמיינט דערמיט צו זאגן אז ביז דאן וועט מען שוין האבן עפעס א מעשה.
זיי לייגן א קאַפי פון א שטעק פון $6000 וואס זיי האבן ערהאלטן פון די משפחה, געהעריג כאילו לא היה. און אויב איז דאס נישט גענונג באווייז לייגן זיי נאך צו א רעסיט!..
זיי שרייבן אז קיינער זאל נישט גיבן קיין געלט, נאר פאר זיי. און קיינער זאל נישט אפקויפן די ליגענט'ס וואס מ'פאר'קויפט אז די משפחה האט געצאלט פאר ר' שלום אליעזר פרענקעל גאנצע $12000
זיי זענען זייער דעפרעסט און האבן דערפאר מורא ווי פארן טייוול, זיי גייען יעצט טוען אלעס וואס נאר מעגליך אז מענטשן זאלן אפקויפן זייערע באבע מעשיות. אבער דאס אלעס וועט גוט זיין ביז עס קומט למעשה. דאן וועט שאול ענטפערען אז ביז מאנטיג וועט אלעס זיין ערלעדיגט..
זעט אויס אז שאול באקומט נישט קיין תלמידי רבינו מעסעדזשעס... דארט האבן זיי שוין מודה געווען אז יענער האט באצאלט פאר די אהרונים.
נשלח ב-18/9/2008 17:33
מן הסתם האט ער געמיינט צוזאגן אז ביז מאנטיג גייען זיי ערלעדיגן ביי זייער רבי'ן הגז''ל אז קיינער זאל ביז דעמאלסט נישט שטארבן .
נשלח ב-18/9/2008 17:37
א פלא ער האט נישט געשריבן אז די פרוי איז בכלל נישט געשטארבען
ווען איך זעה אזא קינדישע ליגנט אין בלאט, וואלט איך זיך געשעמט א וואך.
נשלח ב-18/9/2008 19:11
יעצט קען פרענקל לויפן צו מ. ווייס פון סיגעיט נעמען זיין צוגעזאגטע געלט...
נשלח ב-18/9/2008 19:15
דער איראניע איז אז קהל האט קיינמאל געפאמפעט דער אינצידענט, קהל האט צוגענומען די געלט פון משפחת שווארץ ווי ביזנעס עז יוזשועל און נישט גערעדט דערפין קיין פיפס,
פילן האבן גענומען די זאלי'ס ווען זיי האבן זינטאג מיטאג באקומען דעם מעסעדזש פון "תלמידי רבינו"
Subject: Shomi Shumayim d Aroinem didnt let a Nifteres (that always paid
membership) come to rest, until d Mishpocho had to pay again for
און גלייך דערנאך באקומען א בארואיגונגס פיל מיט די מעסעדזש:
Subject: Just remember, we never got anything without d move of Aroinem, they made d right move, now... vd"l (also reminder Nefesh Chaye
מיט דעם וד"ל (vd"l) האבן זיי געוואלט בארואיגן זייער ציבור אז עס קומט א גוט'ס, הגם זיי אליין האבן נאכנישט קיין פלאן וואס צוטוען דא, אבער צו בארואיגן די קעלבלעך אז זיי זאלן כאטש האבן וואס איבערציקייען האט מען קודם דאס געשיקט.
דער איד האט - קוקט אויס - אפגעמאכט אז מען קען גיין אסאך בעסער. ס'איבעריגע ליינט אויבן, ס'איז די געלעכטער אין שטאט.
(אנטשולדיגט. איך באקום די מעסעדזשעס אויף טעקסט מעסעדזש, אן עס האקט זיך אפ נאך 160 קערערקטערס)
נשלח ב-18/9/2008 20:45
דוד'ל... אויב עטס זענטס יא באלעבאס, זענט איר גאר פיינע מענטשן, צו מקבר זיין ר' משה שעהר ז"ל אין די ערשטע רייע (אומגעבעטן)!
איך מוז ענק גראטורלירן...
נשלח ב-18/9/2008 20:53
די זאליס האבן איינגעזעהן מיט די גוטע ווילן אז די אהרונים זענען גערעכט האבן זיי אנגעהויבן נאכצוגעבן
זיי האבן געלאזט די מוסדות אויפשטעלן א טענט אינעם בית החיים-און זיי האבן אינגאנצן אויפגעגעבן זייערע רעכטן זיי האבן נישט געשטעלט א טענט פאר יטב לב ירושלם זלמן לייב האט זיך אפגעזאגט פון אריינפארן אין בית החיים
צדיקים גמורים
תוקן על ידי איציק_מיכל ב- 18/09/2008 20:58:45
נשלח ב-18/9/2008 20:56
לעבעדיגער
איך באוואונדער וויאזוי דו האסט געהאט אזא שטארקן כח המעצר צו קענען האלטן די מעסעדזשעס גאנצע 5 טעג ביי דיר אין טעלעפאן...
נשלח ב-18/9/2008 21:04
און וואס איז נאך אלעם טאקע דער אמת? קען מען אויפווייזן אז די זאליס זענען א כאפטע ליגנערס? וויאזוי האבן זיי באצאלט די געלט? וויאזוי פארענטפערט מען די שווערע סתירה פון תלמידי רבינו און דער איד?