קומפוט דו מאכסט עס זייער קאמפליצירט
ערשטנס האסטו אראפגעברענגט זייער א שרעקעדיגן און צו "אפיציעל-אויסזעענדן" פרוזבול, נאך געשריבן מיט כתב אשורית
ביי אונז איז מען נישט מקפיד אויף דעם לאנגן נוסח וואס דו ברענגסט דא, דעם פשוט'ן נוסח הגמרא איז פונקט גענוג "מוסרני לכם דיינים שבמקום פלוני שכל חוב שיש לי שאגבנו וכו'"
מען ליינט עס נישט פאר, מען געט עס בלויז אונטערצושרייבן פאר דריי מענטשן אין ביהמ"ד, עפ"י הלכה דארף מען סיי ווי נישט האבן דעם פרוזבול ביי די האנט שפעטער אין יאר ווען מען וויל אפנעמען א חוב
|
|