| נשלח ב-24/9/2008 03:03 |
|
| |
וואס איז ראנג מיט די פאול?
ל"א טיימס מיט בלומבערג האבן ארויסגעגעבן א אנקעטע אינאיינעם, וואס ווייזט אז 48 פראצענט האלטן אז אבאמא וועט מאכן א בעסערע זשאב אין די עקאנאמיע, קעגן 35 פראצענט וואס זאגן די זעלבע פאר מעקעין (בלומבערג שטעלט עס ביי 45 קעגן 33).
נו, אלעס פיין און וואויל.
עטליכע שורות שפעטער צייגט די זעלבע פאול אז אמעריקע איז אייניג צוטיילט, 50-49, צווישן פאמיליעס וואס האלטן אז זיי שטייען ערגער פינאנציעל ווי זעקס חדשים צוריק און פאמיליעס וואס שטייען פונקט אזוי גוט אדער גאר בעסער.
די 50% וואס שטייען גוט אדער בעסער גייען 58 פאר מעקעין צו 33 פאר אבאמא, די אנדערע האלב גייט 59 פאר אבאמא צו 32 פאר מעקעין. כמעט אידענטיש.
וויל מיר בלומבערג ערנסט פארקויפן אז ס'איז דא 13 פראצענט אמעריקאנער וועלכע האלטן אז אבאמא וועט מאכן א בעסערן זשאב אין די עקאנאמיע ווי מעקעין, און מיט דעם אלעם גייען זיי שטימען פאר מעקעין???
|
|
|
|
| נשלח ב-24/9/2008 03:09 |
|
| |
דעס איז גארנישט , איך קען אסאך מענטשן אין איך גיי נישט ווער אין ווי
וואס זענען מודה אז זייער רבי איז עם הארץ א ליידעק אין מיט דעם אלמען וועלן זיי נאר אים דינען
אזוי ס'יוד'שעט זיך אזוי גוי'שעט זיך
|
|
|
|
| נשלח ב-24/9/2008 04:47 |
|
| |
נישט ביי יעדן איז די עקאנאמיע די וויכטיגסטע אישו. ס'דא מענטשן וואס זיי האלטן אז נאציאנאלע זיכערהייט איז פונקט אזוי וויכטיג.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/9/2008 06:38 |
|
| |
רעכטער איז א גערעכטער
איך האב שוין געזען עטליכע ארטיקלען (איך געדענק נישט וואו איך זעה אלעס, עס איז דאך דא היינט אזא ריזן הויפן פון וועבסייטס און ארטיקלען אז מען קען אראפגיין פון זינען) אז ביי די איצטיגע וואלן איז:
It's NOT the economy, Stupid
נישט ווי ביי די וואלן אין 92', קלינטאן קעגן בוש # 1, ווען דער קאמפיין מייסטער דזשעימס קארוויל האט ערפינדן די לאזונג "איט'ס די עקאנאמי, סטופיד"
עס איז יעצט דא אסאך אנדערע אישוס, איינס, ואולי הוא העיקר, אבאמא'ס ראסע, אדער שרה פעילינס גענדער
|
|
|
|
| נשלח ב-24/9/2008 08:15 |
|
| |
אלעס פיין און וואויל, נישט קיין דרייצן פראצענט.
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|