בית פורומים כל העולם כולו

אבאמא האלט 9 פוינטס העכער מעקעין

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/9/2008 08:44 לינק ישיר 
אבאמא האלט 9 פוינטס העכער מעקעין

דער עקאנאמישער פלאנטער האט גוט אריינגעדרייט מעקעין. ער האט יעצט אן ערנסטן זשאב, וואס איז שווער צו גלייבן אז ער וועט אפילו קענען באווייזן.

די ערגסטע איז אז ער ווערט שוואכער אויך אין די סטעיט ביי סטעיט פאולס. דיק מאריס האט אריבערגעלייגט פלארידא צו אבאמא, וואס מיינט אסאך אפילו ווען ס'קומט פון אים. ווירזשיניע שטייט אויך אבאמא העכער, און מיט אייאווע און ניו מעקסיקא כמעט זיכער אין בלויען קאלום איז שווער צו זען פון וואו מעקעין קען שלעפן גענוג עלעקטארעל שטימען אפילו אויב ער באווייזט דעם נס און געווינט מישיגען.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/9/2008 22:06 לינק ישיר 

פריי דיר נאכנישט, מקעין האט אויך געהאט א 10 פוינט עדווענטעדזש פאר בלויז 2 וואכן צוריק און ס'נאך דא 6 וואכן צו די וואלן וואס מקעין קען נאך צוריק ארויף גיין (און נאכאמאל אראפ פאלן).

לויט RCP פאול עוורעדזש האט מקעין נאך אלס אן אויבערהאנט אין פלארידא (2%) און ווירזשיניע (0.8%).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/9/2008 22:26 לינק ישיר 

יעצט זעה איך אין די נייעס אז מקעין סוספענדירט זיין קאמפיין צוליב דעם פאנאצינאלע קריזיס, ס'קען אים ברענגן אסאך סימפאטיע ביים פאלק.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/9/2008 22:53 לינק ישיר 

ווייסט איינער צו א קאנדידאט האט שוין אמאל סוספענדירט א קאמפיין צוליב א קריזיס?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/9/2008 23:44 לינק ישיר 

אין די היסטאריע האט א קאנדידאט וואס האט געהאט סעפטעמבער א 9 פוינט ליעד געווינען די עלעקשאנס. סטיוו שמידט אליינס האט געזאגט צוויי וואכן צוריק אז די קאנווענשאן באונס איז גארנישט. די סטעיט ביי סטעיט פאולס קומען ערשטן ארויס היינט נאכמיטאג, און מ'דארף זען אלע פאולס צוזאמען צו וויסן דעם אמת.

מ'דארף ווארטן צו זען וויאזוי מעקעינ'ס פאליטישע סטאנט ווערט אויפגענומען, מ'קען עס אויך באטראכטן ווי א צינישע וועג זיך אהערצושטעלן 'אומפארטייאיש'.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/9/2008 00:22 לינק ישיר 

מיין מיינונג איז אז מקעין טוט דאס נאר ווייל ער וויייסט אז ער האט נישט וואס צו פארלירן, ווען ער וואלט ווען געווען העכער אין די אנקעטעס וואלט ער נישט געטון דעם שריט, נאר וויבאלד ער ווייסט אז ער האט נישט וואס צו פארלירן שטעלט ער איין, די זעלבע סיבה פארוואס ער איינגעשטעלט און גענומען פעילין פאר וויצע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/9/2008 01:16 לינק ישיר 

לערען דיך אויס צי 'ליינען' די פאולס

901. Generally speaking, do you usually think of yourself as:

Democrat     Republican
9/22/08 RV 38 28

די פאול האט אויסגעפרעגט 38 פראצנט דאמאקראטען... אין יא ער האט א 9% ליעד

http://www.washingtonpost.com/wp-srv/politics/polls/postpoll_092308.html?sid=ST2008092303897&s_pos=list




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/9/2008 01:21 לינק ישיר 

איך בין נישט זיכער אבער איך מיין אז אין 2000 האט גאור געהאלטען העכער אין די סטעיט ביי סטעיט פאולס אין אפילו נעשאנעל אין בוש זאל זיין געזינט האט געווינען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/9/2008 21:29 לינק ישיר 

אין 00' איז גאור געווען אונטערשטעליג פון בוש זינט די דעבאטעס, ער האט זיך צוריקגעכאפט אפאר טעג פאר די וואלן נאכדעם וואס די מידיא האט ארויסגעלאזט די נייעס אז בוש איז ארעסטירט געווארן פאר'ן דרייוון שיכור. פארט אבער האט ער זיך נישט צוריקגעכאפט גענוג צו קענען געווינען די אילעקטארעל שטימען. (פאפולערע שטימען האט גאור יא געווינען)

רעכטער, לכאורה וועט מעקעינ'ס סוספענדן דעם קאמפיין נאר בעקפייערן, ווייל ער ווערט אטאקירט דורך יעדן איינעם, אז אדרבא, יעצט דארף ער ווייזן וואספארא גוטער פירער ער איז, און נישט ווייזן אז ער אנטלויפט פון היט. צוויי פאולס ווייזן אז רוב אמעריקאנער האלטן אז די דעבאטע דארף ווייטער אנגיין, און די נעכטיגע דעיוויד לעדערמאן שאו האט אים אויך געמאכט אויסקוקן ווי א היפאקריט, ווייל געזאגט האט ער פאר לעדערמאן אז ער קען נישט קומען צו אים ווייל ער דארף צוריקפארן קיין וואשינגטאן, און צום סוף האט אים לעדערמאן געפאקט ביי די מעשה וויאזוי ער גיט אן אינטערוויו אין די זעלבע בילדינג ווי אים פאר קעידי קאריק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/9/2008 22:23 לינק ישיר 

זיסקייט ביסט גערעכט איך האב געמיינט ציזאגען אין אזא צייט ווי יעצט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/9/2008 22:29 לינק ישיר 

לויט א היינטיגע ג אללאפ פויל איז מקעין טייט מיט אבאמא 46% 46% http://www.gallup.com/Home.aspx



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/9/2008 04:07 לינק ישיר 

מעקעין קען גוט אויסמעלקן זיין יעצטיגן באשלוס. די שאלה איז וואס ער גייט טון אין וואשינגטאן.

ס'מאכט נישט צופיל אויס וויאזוי דאס פאלק באטראכט זיין קאמפיין סוספעדירונג, אפילו זיין זיך אפזאגן פון די דעבאטע וועט אים נישט צופיל שאטן אדער העלפן. זיין עיקר פראבלעם איז אז אין סענאט איז ער נאך אלעם נישט מער ווי איינער פון הונדערט, אפילו אויב זיין שטימע איז שטארקער ווי אנדערע.

ביזדערווייל האט ער נאך נישט קיין סאך אויפגעטון, ער האט זיך נישט ארויסגעשטעלט אלס פירער פון די רעפובליקאנער נישט פאר און נישט קעגן דעם פלאן. ס'איז אים טאקע געלונגען צו שלעפן אבאמא קיין וואשינגטאן פאר עטליכע שעה, אבער אויב וועט ער נישט ווייזן עפעס געזונטע פירערשאפט אין וואשינגטאן וועט דאס אים גאר שטארק בעקפייערן, און קען זיך ארויסשטעלן אלס אומגעלונגענסטער געמבל צווישן די אלע געמבלס וואס ער האט גענומען.

ער האט נאך געציילטע טעג, ענדערש שעה'ן, איבערצונעמען דעם אויבנאן אין וואשינגטאן און צייגן אז ער שטעלט אהער אמעריקע, אויף סיי וועלכן וועג. אויב וועט אים דאס געלונגען איז ער גאנץ זיכער דער 44'טער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן

יחזקאל אברהם

איך האב אויך געזען וויאזוי מעקעינ'ס קאמפיין האט 'געליינט' די אנקעטע. ניין פוינטס איז ניין פוינטס. די צאל אויסגעפרעגטע דעמאקראטן קען אפשר העכערן אביסל די מארזשין אוו עראר.


אגב, זאגבי האט היינט געזאגט אז מעקעין גייט געווינען מיט אן עלעקטארעל לענדסלייד. ס'האט מיך דערמאנט ווען ער האט פארגעזאגט א טאג אין די וואך פון די 04' וואלן אז קערי גייט געווינען מיט א עלעקטארעל לענדסלייד...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אבאמא האלט 9 פוינטס העכער מעקעין
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext