עס איז אמאל געווען אזא תקנה דא אז מען מוז שרייבען פון וועם מען רעדט, אבער די מנהלים האבען באשלאסען אז יעדער ווייסט סייווי ווער די היידפארק שרייבערס זענען, ממילא לאזט מען עס אזוי.
נשלח ב-25/9/2008 18:48
יכול, אויסדריקליך נישט גערעכט. די תקנה איז נאך אלץ אין פולן קראפט, און איך נוץ טאקע די געלעגנהייט אויפצופאדערן די חשוב'ע שרייבער זיך צו האלטן צו אלע תקנות.
דעם אשכול האב איך פשוט באמערקט שוין נאך וואס הר"ר הערשעל ני"ו האט געשריבן זיין תגובה, במילא האב איך עס געלאזט.
נשלח ב-25/9/2008 19:51
אז די גייסט צוריק צו די אשכולות פון די לעצטע חודש וועט איר זעהן אז אלע קעפלעך זענען געבליבען אהן א נאמען, און עס איז נישטא הערשל'ס תגובה.
פונ'ם הודעה אליין האט יעדער געקענט פארשטיין פון וועלכע רבי די רעדע איז אז מען שרייבט ''וועט אריין קומען אין וויליאמסבורג'' איז דאך פארשטענדליך אז מען דעם רבי'ן וואס וואינט נישט אין וומס''ב און מען וויל זיך סתם אנטשעפען אויף די גראדע ווענט זאל אים וויל באקומען .
נשלח ב-25/9/2008 21:44
איזראלי אין אז מען רעדט פין לברך ולהתברך וויסט מען אויך פין וועלעכע רבי מען רעדט וויל יענע וויסען נישט וואס דאס איז
נשלח ב-26/9/2008 18:55
איזראלי, איך האב געשריבן וועגן דעם קעפל אז א זאלי וואס אים אינטערעסירט נישט דעם סדר היום פון זיין רבי'ןס ברודער, ער וויל נאר וויסן ווען זיין רבי מהרז"ל גייט אויפנעמען דעם עולם וכדו' דארף ער נישט בכלל עפענען דעם אשכול ווען ס'שטייט פשוט "סדר היום פון מרן מהר"א מסאטמאר שליט"א ערב ר"ה"
יכול שטערט דא גאר עפעס אנדערש און איך וועל עס ברייטער אויסשמועסן.
אין גאס, דאס הייסט ווען מען רעדט פון היידפארק אין מקוה, ביהמ"ד וכדו' האט עס א שטארקע שמעק פון ארוניזם, אז דא דרייען זיך אך ורק ארונים, און אפי' איך וועל נישט צושטימען דערצו, איז דאס דער אנגענומענער מיינונג, אז עס ווערט קאנטראלירט דורך ארונים. עס קען זיין פארשידענע סיבות ווואס האבן געפירט אז מען זאל אזוי מיינען,(אדער וויסן) דאס איז זיכער אז געגרינדעט האבן עס ארונים (כך שמעתי מפי יודעי ומביני הדבר) וממילא אפי' זיי האבן געוואלט ציען זאלונים און האבן א צייט געהאט א סוקסעס דערמיט, איז קיינמאל נישט אראפ דער פלעק וואס האט זיך דענסמאל געשאפן.
קען זיין אז ס'דא זאלונים וואס האבן עס באיקאטירט, קען זיין אז ווייל מהרז"ל האט אריינגעריפען עמיצען זאגן אז ער ברויך נישט אז מען זאל אים באשיצן אויפן פארק און ער שפירט זיך שוין גענוג פעסט אויפן בענקל. עס קען זיין טויזנט און איין סיבות. הצד השוה איז אז דאס איז דער פנים וואס עס טראגט אויפן גאס.
תוקן על ידי הערשעל ב- 26/09/2008 19:00:14
נשלח ב-26/9/2008 20:09
הערשל,
עס איז איין נפקא מינה וויאזוי דער סייט ווערט אנגערופן אין גאס מקוה וכו'.
הו קערס? מען קערט דא אויף א סדר היום, הו קערס וואס דו האסט צו זאגן אז זלמן האט אריינגערופן מענטשען אז וואס? איינער אינטערעסירט וואס דו וויסלט מכלומרש'ט אויסצמשועסן.
מיר סאטמארער חסידים נויטיגן זיך אין הערן די סדר היום פון רבי'ן שליט"א.
נו דעלעראציע, געב אונז ווייטער די אפדדעטס, וועט נאך די רבי אויפנעמען ער"ה אויכעט נאך שחרית?
נשלח ב-26/9/2008 20:25
איך בין אפאר מאל דורך געגאנגען ר' זלמן לייב'ס הויז די לעצטע וואך
ס'קוקט נישט אויס ווי דארט ווייסט מען אז סאיז חודש אלול , קיין נפש חי' טרעט דארט נישט אריין א חוץ אפאר שלעגרעס מיט באליס אין אז מען שרייבט סדר היום קוקט נישט אז איינער רעדט זיך אז מען מיינט ר' זלמן לייב
נשלח ב-29/9/2008 17:24
דעקלעראציע,
שלעגערס און באליס האסטו געטראפן דארט.
פראסקעס איז אויך דארט געווען?
נשלח ב-29/9/2008 17:57
א חלק ציבור היינט ביי די סליחות פין ערב ראש השנה ביי מרן רבינו מסאטמאר שליט"א