בית פורומים כל העולם כולו

געשפרעכן איבער בעילאוט פאלן צוזאם

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/9/2008 05:46 לינק ישיר 
געשפרעכן איבער בעילאוט פאלן צוזאם

נאך די היסטארישע ווייסע הויז מיטינג היינט מיט ביידע פרעזידענט קאנדידאטן קומט ביינאכט די דראמאטישע נייעס אז די געשפרעכן זענען צוזאמגעפאלן, טראץ וואס ס'האט אויסגעזען פריער אין טאג אז מ'איז זיך שוין דורכגעקומען.

ס'ווערט געשאצט אז די רעפובליקאנער זענען דירעקט אינטערעסירט איבערצוברעכן די געשפרעכן כדי צו געבן פאר מעקעין א געהעריגן תירוץ זיך ארויסצודרייען מארגן פון די דעבאטע - כאטש ס'איז שטארק מעגליך אז מעקעין וועט נאך אלעם יא אנקומען.

----

אגב, דא איז א גוטער ארטיקל פון ניו יארק פאוסט וואס ברענגט ארויס זייער גוט וויאזוי מעקעין קען האבן געראטעוועט זיין קאמפיין דורך דעם שריט פון אפשטעלן זיין קאמפיין. אבער ער פארפעלט דעם וויכטיגסטן פונקט, וואס איך האב געשריבן אין א אנדער אשכול: אלעס ווענדט זיך אין וויאזוי ער וועט למעשה זיך ארויסשטעלן אין וואשינגטאן.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/9/2008 18:58 לינק ישיר 

אפשר_דאך, דיר וויל איך אפגעבען א ישר כח פארן שרייבן אזעלכע שיינע ארטיקלען יעדע צייט און עס אזוי שיין ארויסברענגען. איך האב נישט אלעמאל די מעגליכקייט צוצושרייבן אבער אויף מיין בלעקבערי ליין איך אסאך וואס דו שרייבסט און האב דערפון גרויס הנאה.

ליינענדיג דיינע מאמרים זעט אויס אז אויזער ארונים און זאלונים איז דא נאך עפעס אויף דער וועלט.

keep it up



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/9/2008 19:10 לינק ישיר 

אפשר דאך, יישר כח פאר דיינע באשרייבונגען.

ס'איז אבער זייער פאלש צו זאגן אז די רעפובליקאנער זענען די וואס זיכן אז די בעילאוט זאל נישט זאפארט דורכגיין. זיי דארפן דאס מער ווי לופט צום אטעמען.

מקעין האט בכלל נישט קיין פראבלעם מיט קיין דעבאטע, אדרבא, ער האט פארלאנגט וואס מער, אויב דענקסטו. ס'איז זיכער אז מ'קעין האט געזיכט צו געניסן פון אומזינסטע פובליסעטי, אבער ער זיכט אז פאר אלע געלטער זאל די אקענעמי אישו אראפגיין פון די העד ליינס, ער ווארט אויפן בעילאוט. פאר אבאמא איז געווינטשן אז די אקענעמי גייט שלעכט. דאס גיט אום א אויבער האנט אין די פאולס.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/9/2008 19:28 לינק ישיר 

אגב קומט יעצט די נייעס אז מקעין וועט ערשיינען היינט נאכט ביים ערשטן דעבאטע. נאכדעם וואס עס איז שוין געמאכט געווארן גרויס פארשריט אונעם ענין, עכ"פ לדעתו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/9/2008 20:52 לינק ישיר 

ערשטנס וויל איך מיר צושטעלן צו הערשל'ס קאמפלימענט, איך בין זיכער אז אלע ליינער האבן שטארק הנאה פון אפשר'ס ארטיקלן.

אפשר, לגבי מקעין'ס קאמפיין סוספענדירונג. איך האב נישט געליינט די ארטיקל וואס די ברענגסט אראפ, די מידיא איז ביזי צו מקעין וועט בענעפיטירן פון דעם צו פארקערט, לאמיר דיר מסביר זיין וואס דא גייט פאר.

די לעצטע צוויי וואכן האט די עקאנאמיע איבערגענומען די נייעס, מקעין האט געלאזט א דורכגעפאלענע סטעיטמענט אז די עקאנאמיע אז אויף שטארקע פאנדומענטן. מער האט נישט אויסגעפעלט און אבאמא האט זיך גענומען בלאזן די סטעיטמענט אז כאילו מקעין "פארשטייט נישט דעם מצב", ס'האט נישט גענומען לאנג און די אנקעטעס האבן אנגעפאנגן צו געבן פאר אבאמא די אויבערהאנט.

מקעין האט געזען אז ער גייט בארג אראפ און מען מוז אינגיכן דריקן דעם "עמורדזשענסי ברעיק", איז אים בייגעפאלן דעם געלונגענעם איינפאל און סוספענדירט זיין קאמפיין און האט געוויזן פארן פאלק אז ער "פארשטייט דעם מצב" וואס דאס איז די גאנצע וואס ער האט געוואלט מעלדן. לויט ווי איך פארשטיי איז דאס געווען גאר א גלונגענע שריט.

אין איין ווארט: ער האט געוויזן פאר'ן עולם אז ער "פארשטייט די מצב".



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/9/2008 01:27 לינק ישיר 

א דאנק פאר די חיזוק ווערטער.

איך האב נישט געזאגט אז מעקעין האט לכתחילה מורא פון דעבאטעס (פרעג ביל קלינטאן...), אבער יעצט נאכן זיך נישט אנגרייטן געהעריג האבן זיי געקענט באשטיין אים גענצליך צו באפרייען דערפון. אין פאקט האט זיך טאקע אנגעזען עווענטועל אז מעקעין איז געווען שוואכער צוגעגרייט - און די ליבעראלע מידיא האט 'פארגעסן' אויפצושפילן דעם דאזיגן אזוי אויבנאויף מערקיגן פאקט.

בנוגע צי ער וועט בענעפיטירן, איך שטיי ביי מיינע ווערטער אז דאס וויכטיגסטע פאר אים איז וויאזוי דאס פאלק וועט אויפנעמען זיין ארבעט אין וואשינגטאן. העכער די קוליסן האט מען אים נישט צופיל געזען, אבער ס'הייסט אז אונטערן טיש האט ער פלייסיג געארבעט צוזאמצוברענגען די רעפובליקאנער אין שטיצע פונעם פלאן. אויב דאס פאלק וועט גוט אויפנעמען דעם פלאן און זיי וועלן וויסן אז מעקעין האט געארבעט דערפאר וועט עס אים העלפן, אויב נישט וועט עס אים נישט העלפן, לכאורה שאטן.

רעכטער.

ס'איז שווער צו גלייבן אז די עקאנאמיע וועט אראפגיין פון די פאליטישע ארענע אפילו אויב דער פלאן גייט יעצט אדורך, די מידיא וועט שוין זיכער מאכן אז ס'זאל בלייבן אויפן אויבנאן. אויסער אין פאל פון עפעס א שטארקע באמבע ערגעץ וואו אדער אן אנדערער "אקטאבער סורפרייז" וועט די עקאנאמיע שוין בלייבן גאנץ אויבן פאר די נעקסטע פאר וואכן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > געשפרעכן איבער בעילאוט פאלן צוזאם
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext