|
|
| נשלח ב-28/9/2008 18:06 |
|
| |
רבותי, איך בין שטארק אנטוישט פון מעקעין. ער זאל מיר אנטשולדיגן, אבער עס זעהט מיר אויס ווי ער איז נישט געקומען צוגעגרייט, אדער האט זיך פארלוירן. עס איז זייער שווער צו גלייבן איינע פון די צוויי, אבער ער האט נישט גערעדט מיט אזא זיכערהייט ווי אבאמא.
עס איז נישט קיין גרויסער סוד אז אבאמא איז פיל בעסער ווען עס קומט צו רעדן, און מעקעין איז בעסער ווען עס קומט צו טון, אבער פערזענליך האט עס מיר זייער געשטערט.
וואס איז אייער מיינונג?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/9/2008 19:11 |
|
| |
דאס הייסט פארשטונקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפן.
מעקעין האט געוואלט זיין א העלד און גיין קיין וואשינגטאן זיך אויפפירן ווי ער איז שוין פרעזידענט, דערווייל האט ער דארט גארנישט אויפגעטון, אויב עפעס האט ער גאר פארהרג'עט, און די זעלבע צייט האט ער פארלוירן קריטישע צייט וואס ער האט געדארפט האבן זיך צוצוגרייטן צו די דעבאטע, וואס האט געמאכט ער זאל פארלירן די דעבאטע אויך.
איבערגעטריבענער גאוה האט אייביג נאר געברענגט שאדן.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/9/2008 20:17 |
|
| |
ר' הערשל פריעדמאן האט א שיינע אפהאנדלונג פונעם דעבאטע (געפעכט) אויף קול מבשר.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/9/2008 01:37 |
|
| |
מיינע צוויי סענט.
ס'איז נישט קיין גרויסער חילוק ווער ס'האט געווינען. די עצם 'דעבאטע' דעריבער וואס ערמעגליכט דעם פאקט אז אבאמא האט געווינען, דערצו ווען די ערשטע אנקעטעס געבן אים פאקטיש דעם געווינס, מיינט אז מעקעין האט לכאורה פארלוירן זיין וויכטיגסטע אויבערהאנט איבער אבאמא: ערפארונג.
אין די איצטיגע פאליטישע דעבאטע איז פאראן צוויי טיילן: 1) ווער איז מער ערפארן צו זיין פרעזידענט, 2) וועמענ'ס פאליסיס זענען בעסער פאר אמעריקע. מעקעין האט דורכאויס דעם קאמפיין כמעט נישט געטריבן די דעבאטע אינעם ריכטונג פון די פאליסיס, נאר איבער די פערזאנען וועלכע שטייען דערונטער. זעט אויס אז זיינע פאולסטערס האבן געהאלטן אז א דעבאטע בלויז איבער פאליסיס איז נישט גענוג שטארק אים ארויפצוזעצן אויפן בענקל.
נאך די ערשטע דעבאטע איז טאקע נישט געווען קיין "געים טשעינזשינג" מאמענטן, אבער אבאמא האט זיך גענוג גוט געהאלטן קעגן מעקעין און גענוג קלאר ארויסגעברענגט זיינע שטעלונגען אז יעצט וועט מעקעין לכאורה מוזן טוישן דעם ריכטונג פון זיינע אטאקעס. אנשטאט אטאקירן דעם מעסענזשער - אבאמא - אז ער איז נישט ערפארן, וועט ער מוזן אטאקירן דעם מעסעדזש - אבאמא'ס אויסערן פאליטיק פאליסיס.
ס'קען זיין אז מעקעינ'ס פאליסיס זענען טאקע מער אויסגעהאלטן ווי אבאמא'ס - און פערזענליך בין איך אזוי טיף איבערצייגט. אבאמא'ס הערן זיך טאקע בעסער, און ס'וואלט מיר זייער געשמעקט ווען זיי קענען ווערן אויסגעפירט, אבער אין רעאליטעט איז שווער אנצונעמען אז זיי קענען במציאות אנקומען ערגעץ - אבער דער פאקט אז מעקעין וועט אזוי שפעט אינעם קאמפיין דארפן טוישן זיין סטראטעגישן מעסעדזש איז זייער אומאנגענעם, און קען מעגליך אראפפירן זיין גאנצן קאמפיין פון די רעלסן.
מעקעין האט טאקע די ברירה איינצושטעלן און בלייבן מיט די אטאקע אז אבאמא איז אומערפארן, אבער ער דארף האפן אז ס'וועט אים געלונגען אפצוקויפן דערמיט גענוג אינדעפענדענטס. ווי אויך דארף מען זען וויאזוי פעילין וועט אויסנעמען ביי איר דעבאטע (און מ'קען זיין גערישט אז זי וועט 'נישט' גוט אויסנעמען) צו זען אויב די סטראטעגיע וועט נישט צוריקשמייסן מעקעין אין פרצוף.
די איבריגע טיילן פון די דעבאטע איז עכט נישט רעלעוואנט, ס'איז נישט געווען דארט קיין שום חידושים פאר עמיצן וואס האלט מיט דעם קאמפיין נאכאנאנד - און ס'איז לכאורה דא זייער ווייניג מענטשן וואס האבן נישט מיטגעהאלטן ביז יעצט.
תוקן על ידי אפשר_דאך ב- 29/09/2008 1:49:57
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/9/2008 19:19 |
|
| |
דעבאטע ארויף - דעבאטע אראפ.
ווער עס וועט געוינען מיט מער אראפ געדרוקטע קנעפלעך דעם טאג פון די וואלן דער וועט ארויסגיין א זיגער.
אין קיינער קען דאס נישט פרידיקטען....
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/9/2008 21:44 |
|
| |
א רעסמוסען אנקעטע וואס איז גענומען געווארן שב"ק ווייזט אז נאר 36% האלטן אז אבאמא האט געוואונען די דעבאטע קעגן מקעין'ס 33%. 31% זענען נישט זיכער.
5% זאגן אז די דעבאטע האט געטוישט זייער מיינונג קעגן 86% וואס האט אינגאנצן נישט אויסגעמאכט. 14% זאגן אז זיי ווייסן נישט צו ס'האט אויסגעמאכט(?).
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|