געשעעניש פון יאר - תשס"ח
עס פירט זיך שוין אזוי אין אסא ךצייטונגען אז ענדע יאר מאכט מען באשרייבונגען פון וואס איז געווען די שטערקסטע נייעס דעם דורכגעלאפענעם יאר וואלט געווען אינטערעסאנט צו זען וואס די חשובע שרייבער האלטן איז געווען די מערסטע אינטערעסאנטע און וואס האט געמאכט די שטערקסטע העדליינס.
אויך דער בלאט האט אזא מנהג שוין אז יעדע ערב סוכות אויסגאבע שרייבן זיי די געשעעניש פון יאר. מיר דא ווייסן דאך שוין וואס עס גייט דארט זיין אז די גרעסטע פאסירונג פון יאר איז געווען אז זיי האבן זיך געעפענט נייע מוסדות. וואס קען דען זיין א גרעסערע זאך ווי עפעס וואס האט צוטון מיט זיי?
איך קלער אבער אז די עקאנאמיע איז די שטערקסטע נייעס וואס בארירט כמעט יעדן יחיד און די אראפנידערונג פון די עקאנאמיע איז די נייעס וואס דאמינירט לעצטענס גאר שטארק און דאס דארף זיין די זאך פון יאר.
|