בית פורומים כל העולם כולו

היסטארישער יו"ט ראש השנה אין סאטמאר (הופפער )

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/10/2008 05:21 לינק ישיר 
היסטארישער יו"ט ראש השנה אין סאטמאר (הופפער )

אין די מילין סאיז נישט דא די ווערטער צי באשרייבן דעם געהויבנעם יו"ט פין ראש השנה
בצל מרן רבינו הקדוש מסאטאר שליט"א,יעדע תפילה , טיש ,נעילת החג, דרשה, תנועה  איז געווען געפאלכטן מיט געהויבנקייט

ערב ראש השנה
אנגעהויבן ערב ראש השנה ווען די רבי שליט"א איז אריין געקומען צים סליחות דאס גרויסע ביהמ"ד איז געווען אנגעפילט
מיט טויזנטער יודין מיט גאר גרויס התרגשות האט רבינו שליט"א פארגעזאגט דעם פיוט
א שעה נאך סליחות איז די רבי שליט"א אריין געקומען צי שחרית ווי די רבי האט קודם געלייגט תפילין פאר 4 בחורים
נאכן דאוונען האט די רבי געמאכט התרת נדרים מיט מנין

ליל א' ר"ה  
דאס ביהמ"ד האט געשטרוימט מיט אלפים יודין נאך א מזל אז די קרית יואל'ער מיט בארא פארקער יודין זענען געבליבן אינדעהיים די רבי שליט"א האט יורד געווען צי תפילת מנחה
נאך דעם איז פארגעומען די אפיל פארן כולל ווי הרב הגאון ר' נפתלי צוויבל שליט"א דער ראה"כ האט גאר ווארעם גערעדט
צי מעריב האט איז די רבי שליט"א געדאוונעט פארן עמוד
נאך דאוונען האט די רבי שליט"א אנגעווינטשען פאר אריבער 2 שעה לשנה טובה פאר טויזנטער יודען
ארום 11 אזייגער איז די רבי שליט"א אריין געקומען צים טיש ווי סאיז געווען גאר א געהויבנער טיש

יום א' ר"ה
פוסקי דזמרה האט געדאוונעט הרב הגאון ר' מאיר צוויבל שליט"א ר"ם נייטרא

פאר ברוך שאמר האט די רבי געפילט זייער שוואך אין די רבי שליט"א איז ארויס פין שול, ווען ער איז אריין אין שטיבל
איז די רבי אוועקגעפאלן פאר שוואכקייט תיכף זענען געקומען צי לויפן 2 פאראמעדיקס פין ביהמ"ד ווי סהאט זיך ארויס געשטעלט איז די רבי שליט"א געווען דיהיידערטעט, די הצלה לייט האבן אנגעהויבן אויספרעגן דעם רבי'ן צי ער איז געשלאפן געהריג,סהאט זיך ארויס געשטעלט אז די רבי שליט"א איז נישט געשלאפן מער א ווי א שעה מיט פופצין מינוט 
אים קוואדער נאך צוויי אויף דערנאכט האט שוין די רבי געלערנט ביז אינדערפרי
אין אינדעפרי האט די רבי שליט"א נישט געטירנקען קיין קאווע וואס האט צי געגעבן צים שוואכקייט אין אים אויסגעטריקענט
 די רבי שליט"א  האט נישט געוואלט מאכן קיין קידוש האבן זיי דעם רבי'ן געגעבן אינטערווינס
 אין נאכדעם האט זיך די רבי שליט"א אראפגעלייגט פאר א שעה אין די רבי האט געדאוונעט שחרית מיט א מנין אין שטיבל

שחרית אין ביהמ"ד הגדול האט געדאוועט הרה"ג ר' אלתר טייטלבוים בן הרב הגאון ר' לייביש שליט"א
חתן כ"ק אדמו"ר מברישטין שליט"א

פאר ליינען איז דער עולם געגאנגען פאזע
ביים ליינען האט עולה געווען כהן, הרב החשוב ר' משה פראנצויז שליט"א
לוי, חבר הנהלת המוסדות ר' יוסף גרובער בן הרה"ג ר' בינימן שליט"א
ישראל,ר' שלום ברוך ראטבארד שליט"א פין מאנטשסטער
רביעי, דער הויז בחור החתן יואל ווייס ני"ו
חמישי כ"ק אדמו"ר שליט"א די רבי האט געמאכט א מי שבירך פאר זיין מאמע הרבנית הצדיקת תליט"א
אין פאר אלע קידער פינעם ברך משה שיחי'
אין פאר הרבנית הצדיקת תליט"א מיט אלע זיינע קינדער שיחי'
פאר זיין שווער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א
פאר כ"ק אדמו"ר מווינזיץ מאנסי שליט"א
פאר כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א
אין נאכדעם האט די רבי געמאכט פאר די זקן צדיקי הדור
הרב הגאון ר' שמואל וואזנער שליט"א
הרב הקדוש מטאהש שליט"א
כ"ק אדמו"ר מעלברוין שליט"א
כ"ק אדמו"ר מסקעלן שליט"א
כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א
כ"ק אדמו"ר ממינקאטש שליט"א
הרב הגאון ר' מאיר בראנסדארפער שליט"א חבר הביד"ץ העדה החרדית

נאכן ליינען איז  די רבי שליט"א ארויף אויפן ארון קודש אין געהאלטן דעם תיקעת שופר דרשה מיט בכיות נוראות
די רבי האט מקדים געווען אז מען האט אים געגעבן אינטערווינס אין דערביי אויסגעשריגן וויפיל צענדליגער יודען זענען יעצט
אין שפיטאל אין קענען נישט קומען שול אין מאכן מיט יסורים, פינעם גאנצען ביהמ"ד האט מען געהערט גנוחי גנוח
בכיות פין אלע זייטן אין דערנאך האט די רבי גאר ווארעם אן געווינטשן
די רבי איז געווען בעל תוקע בעל מקריא איז געווען הרב הגאון ר' לייביש ט"ב דומ"ץ ביהמ"ד ויואל משה
די רבי האט געדאוונעט מוסף אין דערנאך איז געווען בעל תוקע ר' לייביש טייטלבוים שליט"א
אין בעל מקריא איז געווען הרב הגאון ר' בעריש ראזנבערגער שליט"א
דעם ערשטען טאג האט מען גענדיגט אים קוואדער נאך זעקס מוסף

ליל ב' ר"ה
די רבי שליט"א איז נישט אריין געקומען צי מעריב אין ביהמ"ד הגדול
די רבי האט געדאוונעט מעריב אין סיגוטער ביהמ"ד אין 10 אזייגער

ארום האלב צוועלף איז די רבי שליט"א אריין געקומען צים טיש אים ביהמ"ד היכל תיהלות יוסף אויף הופפער
א הערילכער טיש געווען,נאך קידוש האט מען אריין געבענגט דעם שהחינו ווי די רבי שליט"א
האט געמאכט די ברכה אויף טייטלען
אין נאכדעם האט די רבי געטיילט פאר יעדן שיירים

יום ב' ר"ה
צי פוסקי דזמרה איז צי געגאנגען הרה"ג ר' בן ציון לויב שליט"א מו"ץ

שחרית הרב ר' יושע יודא פר"מ שליט"א

די רבי האט געהאלן א תיקעות שופר דרשה ווי ערהאט זייער מעורר געווען אויף צרות ישראל
אין נאך די תיקעות איז די רבי ציגעגאנגען פאר די מוספים
מען האט גענידגט אים זעקס א זייגער מוסף 

גאר א געהויבנער מעמד איז געווען דער נעילת החג טיש אינעם גרויסן בית המדרש
דאס גאנצע ביהמ"ד איז אנגעפילט מיט טויזנטער יודין מען האט געזינען גאר ווארעמע ניגנים
די רבי שליט"א איז געווען זייער אויף געלייגט ער האט געזאגט א תורה אויף יו"ט אז דאס ביהמ"ד איז געווען אין די ליפטן
די רבי האט זייער ווארעם אנגעווינטשן


דער אייבישטער זאל העלפן אז אלע יודען זאלן האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/10/2008 05:30 לינק ישיר 

איך געדענק די נעילת החג טיש ביים רבין דער ד"י ר"ה נאכמיטאג, אוי איז דער עולם געווען אין די לופטן.

די פונקטליכע יאר דענק איך שוין נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/10/2008 05:34 לינק ישיר 

א גרויסן ישר כח פאר'ן באריכט, אין די מילין דיר צו באדאנקן.

זייער שיין אראפגעלייגט, טריקענע פאקטן איז אויך גאר אסאך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/10/2008 05:55 לינק ישיר 

אין קרית יואל איז אויך געווען גאר א הערליכן יו"ט מיט הגה"צ וויליאמסבורג'ער רב שליט"א.

נישט געווען קיין טריקען אויג אין גאנצן ביהמ"ד ווען דער רב שליט"א האט געהאלטן די תקיעות שופר דרשה און מיט בכיות נוראות מעורר געווען צו תשובה ותיקון המעשים.

דער רב שליט"א האט פארגעדאווענט מוסף ביידע טעג מיט בכיות עצומות וואס האט געקענט צוברעכן א שטיין. ביידע טעג האט מען געענדיגט בערך 5:30.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/10/2008 17:10 לינק ישיר 

כיהודה ועוד לקרא
אין קרית יואל איז ב"ה געווען א הערליכער יו"ט מיטן געהויבענעם גאסט הגה"צ אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א
ביי די דרשה פאר תקיעת שופר איז נישט געווען קיין טרוקן אויג ווען דער רב שליט"א האט דערמאנט וואס תוס' ברענגט פון ערוך די טעם פון מאה קולות, ווייל די מאמע פון סיסרא איז געשטאנען ביים פענסטער און געווארט איר קינד זאל אהיימקומען און ווען ער איז נישט אהיים האט זי געוויינט.
האט דער רב שליט"א געזאגט, אויב א מאמע פון א רשע האט געויינט און געפרעגט ווי איז מיין זון האט מען מתקן געווען מאה קולות, וויפיל קולות דארף מען בלאזן ווען ביים פענסטער שטייט א אידישע מאמע און פרעגט ווי איז מיין זון, ווי איז מיין טאכטער, איך האב זיי מגדל געווען געגעבן דעם בעסטן חינוך, ווי זענען זיי היינט אין די טריפענע גאס.
וויפיל קולות דארף מען וויינען ווען א מאמע שיקט א קינד אין קעמפ און די מאמע ווארט ביים פענסטער און דאס קינד קומט נישט צוריק אהיים, די מאמע פרעגט ווי איז מיין זון.
וויפיל קולות דארף מען וויינען ווען ס'שטייען דריי אידישע מאמעס און פרעגן ווי איז מיין זון, וואס זיצן נעבעך איינגעשפארט אין א פרעמד לאנד.
ווי אויך האט דער רבי שליט"א שטארק מעורר געווען אויף חשוכי בנים, און מזכיר געווען גיסו יוסף בן חי', וויפיל מאמס שטייען נישט ביים פענסטער און פרעגן ווי איז מיין זון, ווייל זיי האבן נישט אויף וועם צו ווארטן
דער רב שליט"א האט מעורר געווען אויף חולי ישראל, ער האט דערציילט ער איז געווען פאריגע וואך אין שפיטאל איז געווען א מאמע וואס האט געזאגט, רבש"ע איך האב א דריי יעריג קינד איך וויל אים מאכן פיאות, ער האט אבער נעבעך נישט קיין האר.
לסיום הדברים ווען דער רב שליט"א האט פארענדיגט איז געווען מערקוועדיג ווי ער האט שטארק מעורר געווען אז "דער אייבערשטער זאל געבן געזונט און כח פארן טאטן זאל זיין געזונט ער זאל קענען ווייטער פירו די עדה הקדושה" ס'איז געווען א בחינה פון ניבא ולא ידע מה ניבא.

זאלן אלע אידן בכל מקומות מושבותיהם האבן געפועלט א גוט געבענטשט יאר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/10/2008 22:29 לינק ישיר 

אדמיראל כתב:
 די רבי שליט"א  האט נישט געוואלט מאכן קיין קידוש האבן זיי דעם רבי'ן געגעבן אינטערווינס 
 


אדמיראל,

עפעס שטימט נישט דא, ער האט ענדערש געוואלט IV ווי קידוש מאכען? לייגען IV גרעניצט זיך מיט א הלכה דאורייתא, איך גלייב נישט ער האט דאס ענדערש געוואלט ווי קידוש מאכען פאר תקיעות שופר.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/10/2008 22:59 לינק ישיר 

יכול, פארגעס נישט אז דאס איז אלעס געווען ביי שחרית
און דאן איז נישטא קיין חיוב פון קידוש, איינער וואס דארף עסן
פארן דאווענען דארף נישט און קען נישט מאכן קיין קידוש,

און פאר אדמיראל קומט א גרויסן יישר כח פאר באשרייבן דעם יום טוב,

דיו אילו ימי וקני כל חורשתא קען מען נישט אראפ שרייבן דעם יום טוב,
מיט איין ווארט ס'איז געווען לעילא ולעילא,
ווען דער רבי שליט"א האט אויף געהויבן זיינע הייליגע הענט
און מיט בכיות נוראות געוויזן פארן עולם די אינטערווינעס נידל
וואס איז אריין געשטאכן אין זיין האנד,
און געשריגן אז מען צייגט עהם פון הימל מען זאל נישט פארגעסן
די אלע חולים וואס געפונען זיך ליידער אין די שפיטעלער מיט אזעלעכע נידלען
אין זייער לייב, און קענען ליידער נישט זיין אין בית המדרש,
רבותי, די בכיות פונעם עולם איז געווען עד לב השמים,
ער האט זיך אראפ געווארפן דעם קאפ אויפן שטענדער און צוזאמען מיטן עולם
אזוי געוויינט אויפן קול און מעורר רחמים געווען אויף חולי ישראל,
ויהי רצון אז די תפילות, בכיות ותחנונים, זאלן מקובל ווערן לפני אדון כל.

און פארנאכטס, דער נעילת החג טיש,
איך האב נישט געקלערט צו גיין צו דעם טיש, ווייל איך האב געדארפט אהיים
פארן אויף בארא פארק תיכף ביים זמן מיט מיין שוואגער,
איך בין געגאנגען דאווענען מעריב, און אזוי אריין שפאצירט אויף אפאר מינוט ביז צום זמן,
וואס זאל איך אייך זאגן, איך האב נאך אזא שיינעם טיש נישט געזען,
די ניגונים, דער לחיים, און ועל כולם די הערליכע תורה,
איך בין געווארן צו גענאגלט צו מיין פלאץ, און געהאט פארפאקט מיין שוואגער,
וואס איז גראדע געזעצן צו גענאגעלט אויף זיין זיץ אויף די אנדערע זייט בית המדרש
און מיך געהאט פארפאקט,

רבותי, לאמיר אויסשרייען אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו,
מיר דארפן מתפלל זיין פאר הקב"ה, זאל שענקען פארן רבין
געזונט און כח אנצוגיין מיט זיין עבודת הקודש להרבות כבוד שמים
והוא יוליכינו במהרה לקראת משיח צדקינו במהרה בימינו אמן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/10/2008 23:02 לינק ישיר 

יכול      ווען א מענטש איז דיהיידרעטעד מיז ער האבען אינטערווינעס      ווי איך פארשטיי האבען די הצלה וואלענטירען נאכען אנהאקען אינטערווינעס געוואלט די רבי זאל מאכען קידוש אין דאס האט ער נישט געוואלט וויל אז ער האט באקימען פלואיד איז ער שוין ניט געווען אין א סכנה פין דיהיידרעשאן  



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/10/2008 23:23 לינק ישיר 

א גרויסן ישר כח יענקעלע פאר'ן ארויס ברענגען דיינע געפילן.

פאר איינעם וואס איז נישט דארט געווען איז יעדע ווארט כמים קרים על נפש עיפה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/10/2008 01:00 לינק ישיר 

יענקעלע, איך גיי נישט אריין גיין אין עצם הענין וואס די רבי האט געטוהן, ווייל איך ווייס נישט איך בין נישט דארט געווען,
אבער דאס וואס דו האסט געזאגט מיט א פשטות אז מען דארף נישט קידוש מאכן,
וויל איך צוצייכענען א ביאור הלכה
אין ביאור הלכה סימן רפ"ט ד"ה חובת קידוש שטייט, ומי שהותר לו לאכול ולשתות קודם תפלה כגון שהוא לרפואה פשוט דצריך לקדש מתחילה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/10/2008 01:02 לינק ישיר 

הערנדיג נעכטען וואס סהאט פאסירט ביים רבי'ן האבן איך אנגעהויבן מאכט אביסל ריסערטש
וואס זאל איך ענק זאגן מען נישט געהעריג קעיר פינעם רבי'ן

יעדער ווייסט אז די רבי זאל זיין געזינט נעם פין זיך נישט ציפיל קעיר, ער קען זיצן איינסע ביינאכט מיט האלב אויפנע אויגן אין נעמען קוויטעלך אין אזוי כהנה וכהנה וואס איך וויל נישט מאריך
וואס איז מיר א חידוש אז די שטוב מענטשן נעם דאס נישט אין אכט

ווי למשל אז פאריגע וואך האט די רבי געזאגט פיר אזייגער פארטאגס סליחות ווייל ער האט אויפגענימען מענטשן ביז 3 אזייגער,
 דעס טאר נישט פאסירן , דעס פאסירט נישט אין סקווירא,ראחמסטריווקע ,באבוב
 
דעס אז די רבי האט שוין נישט גוט געפילט ווען ער איז געגאנגען אין שול האט קיינער נישט באמערקט,צי אז ער טרינקט נישט די קאווע וואלט געדארפעט שטעלן א פראגע צייכן 

נישט פארגעסן ביים טיש טרינקט נישט די רבי גארנישט אויסער דעם כוס פין קידוש 
אין ווען ער קומט אהיים זעצט ער זיך לערנען אין טרינקט ווייטער נישט
ני אוודאי ווערט מען דיהיידערטעט

איך האף אז די שטוב מענטשן האבן גענימען א לעסען




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/10/2008 01:20 לינק ישיר 

מען האט זיכער געטאן וואס מען האט געדארפט על פי הלכה, און די אלע מעשה'לעך וועגן נישט וועלן קידוש מאכן אויב מען האט געדארפט וכדומה, מוז מען נישט אפקויפן אלס תורה שלימה, ווייל גבאים זאגן קיינמאל נישט דעם הונדערט פראצענטיגן אמת, נאר ענדערש וואס עס פאסט בעסער.

עס איז מסתבר אז די איי ווי האט מען אריינגעלייגט פריער און ס'האט שוין טאקע נישט אויסגעפעלט קידוש צו מאכן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/10/2008 01:59 לינק ישיר 

איך בין הונדערט פראצענט מסכים מיט KJ2008 און ס'איז זיכער אז וואס דער רבי האט געטון איז געווען אויסגעהאלטן על פי הלכה, ער קען נאך אזויפיל לערנען ווי די אלע היד פארק שרייבערס

ווי אויך האף מיר דאס איז א גוטע לעסאן פאר די גבאים, דעם רבינ'ס גבאי דארף ווען מיטהאלטן דעם רבינ'ס גאנצע סדר היום וועט ער שוין איינמאל קער נעמען, דער פראבלעם איז אז ווען מען קומט אהיים שפעט ביינאכט פון וומסב"ג שטייט ער נישט אויף 5 צו סליחות, נו פון ווי זאל ער וויסן אז מען קען זיין אויסגעמוטשעט, ער איז פיין אויסגערוט.
איך האב שוין שב"ק באמערקט אז דער רבי איז נישט אין ארדענונג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/10/2008 02:01 לינק ישיר 

א גרויסן יישר כח פאר אדמיראל פארן אראפשרייבן גאר בקיצור דעם יו"ט, איך וואלט דאס נישט געקענט. אזוי אויך פאר וואלןס"ח, איך האב געהערט אז די אידן אין קר"י האבן זייער הנאה געהאט.

איך האב נאר געוואלט צולייגן א נקודה. ווען מ'האט זוכה געווען צו זען די הייליגע האנט פון רבי'ן אינמיטן די דרשת תקיעת שופר, ווען דער רבי שליט"א האט אויסגעשריגן, "מ'האט מיר ארויפגעלייגט א בענדל אויף די האנט", איז מיר ארויפגעקומען אויפן געדאנק א מעשה וואס כ'האב מיט עטליכע וואכן צוריק געהערט אויף א קאסעטע פון הרב אבא חייא טויבער שליט"א.

ער האט גערעדט קדושה ענינים צו בחורים, האט ער דערציילט אז הרה"ק דער סקולנער רבי זצוק"ל איז אמאל געזיצן ביי א קבלת פנים פון אן אייניקל א חתן, די כלה איז געווען אן אייניקל פון הרה"ק השרף מסטרעליסק זי"ע, האט דער בדחן ביים קבלת פנים געזאגט אז דער שרף זי"ע איז זיכער זייער פריילעך זיך צו טרעפן מיט'ן סקולענער רבי'ן ביי די שמחה. האט דער סקולענער ארויפגעלייגט די האנט אויפן פנים, און זיך ביטערליך צעוויינט, און דערנאך געזאגט אז ער שעמט זיך צו ווייזן דעם פנים פארן הייליגן שרף זי"ע.

האט רב טויבער אויסגעפירט, אז ער האט פון די מעשה ארויסגענומען עפעס אנדערש, מ'זעט פון די מעשה אז מיט די האנט האט דער סקולענער רבי זי"ע זיך נישט געשעמט, ער האט נישט פוגם געווען און געטוהן קיין מעשים מיט די האנט אז ער זאל זיך דארפן שעמען.

די מעשה האב איך זיך דערמאנט ראש השנה בעפאר תקיעת שופר ווען דער רבי האט אויפגעהויבן די הייליגע האנט ביי די דרשה אויפן ארון הקודש. ס'איז געווען ימין ה' רוממה.


אשרי הדור שרבינו שרוי בתוכו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/10/2008 04:44 לינק ישיר 

סאטמרחסיד,

רוב אחרונים האלטן אנדערשט ווי דער משנה ברורה,
אמת דער משנה ברורה האלט אז מען דארף מאכן קידוש פאר שחרית אבער ווי געזאגט
רוב אחרונים זענען מחולק, עיין שו"ת קרן לדוד פ"ד, וחלקת יעקב ד' ל"ב,
זיי שרייבן "לפיכך מי שמותר לו לאכול לפני התפילה יאכל בלא קידוש...
והאוכל לפני התפילה עושה זאת בלית ברירה, לבריאותו ולא לעונג ולכל לא שייך שאז יקדש.

למעשה, איז קלאר אז דער רבי שליט"א האט בשום אופן נישט געוואלט טועם זיין,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/10/2008 06:36 לינק ישיר 

יכול פאר די רעדסט פין א איסור דארייתא וויל איך דיר איינמעלדן
אז גיין אין בג"ץ איז כפירה באלקי ישראל,אין קיין איינע פין שטריקס אינעם הפקר לישקע 
מיט דיין עם הארץ בראש מיט דיר ציזאמען האבן נישט קיין פראבלעם  




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > היסטארישער יו"ט ראש השנה אין סאטמאר (הופפער )
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext