בית פורומים כל העולם כולו

גרויסע נסים מיט סאטמארער רבי'ן מהר"א ר"ה אין וומסב"ג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/10/2008 06:00 לינק ישיר 
גרויסע נסים מיט סאטמארער רבי'ן מהר"א ר"ה אין וומסב"ג

נסי נסים האבן סאטמארער אידן געהאט דעם ראש השנה אין וויליאמסבורג, איז דאס געשפרעך פון רבבות אידן וועלכע האבן דאס מיטגעהאלטן.

דער רבי שליט"א איז אריינגעקומען צום דאווענען דעם ערשטן טאג יום טוב צופרי, אום 8:00 שארף. 
שוין ביים קומען צופרי האט דער  רבי זיך אנגעהויבן זייער נישט גוט צו שפירן אבער אנגעהויבן דאווענען כאילו לא הי'.

בערך ביי ויברך דוד האט דער רבי געשפירט ווי ער קען מער נישט שטיין אויף די פיס, לויט ווי מ'האט שפעטער געזען האט אנגעהויבן שטארק שוויצן און ציטערן פאר קעלט. דער רבי איז ארויס פון שול, און אריין אין זיין חדר מיוחד. מ'האט שנעל גערופן ר' חיים קארנבלי און נאך עטליכע הצלה פראפעסיאנעלן פון בית המדרש. זינדל ביניק איז שנעל געקומען, און מ'האט זייער מורא געהאט אז עפעס איז חלילה מיט'ן הארץ.

דער רבי איז געווען בלייך ווי קאלך, און האט נישט געהאט קיין כח צו רעדן א ווארט.
נאך קורצע טשעק-אפ, זענען די הצלה דערגאנגען אז ס'איז ב"ה נישט דאס הארץ, נאר דער רבי איז נישט געשלאפן א גאנצע נאכט, אייגענטליך נישט געשלאפן 2 נעכט, פון פאר ערב ראש השנה, און דער רבי האט נישט געטרינקען גארנישט און איז ערנסט דיהיידרעיטעד פלוס זייער זייער אפגעשוואכט פיזיש.

דער רבי האט בשום אופן נישט געוואלט פארן אין שפיטאל און אויך נישט געוואלט קידוש מאכן. מ'האט אים זאפארט געגעבן אינערווינעס אוןד ער רבי האט זיך אפגערוהט פאר עטליכע מינוט און שוין אנגעהויבן דאווענען בקול רעש גדול ביי א מנין אין 13 הופער, מיט נאך 25 אידן, ר' שלמה זלמן שטיין משב"ק ה געענדיגט די פסוקי דזמרה,און ר' יושע מענדלאוויטש האט געדאווענט שחרית.

דער רבי איז געווען ווייס ווי קאלך און שוואך, אבער געדאווענט ווי א לייב וואס האט יעדן באוואננדערט.

אין בית המדרש הגדול איז דער פיל-טויזענט קעפיגער ציבור געווען זייער אנגעצויגן. הגאון ר' מאיר צוויבל האט געווארט א האלבע שטונדע ביז מ'האט אנגעהויבן ווייטער זאגט די שירה און נשמת. דערנאך איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' אלטר טייטלבוים צו שחרית און מ'האט אויסגערופן פאזע נאך שחרית אז דער רבי שליט"א וועט אי"ה אריינקומען צום לייענען אום 1:00.

בערך האלב 2 איז דער רבי אריינגעקומען צום ליינען, נאך אלס ווייס. און יעדער איז געווען שאקירט צו זעהן אז דער רבי גייט צו צום לייענען, ווי גארנישט וואלט געווען.

דער רבי האט געליינט מיט א ברען און מיט בכיות וואס האט מיטגעשלעפט דאס גאנצע ביהמ"ד..
נאכן ליינען איז דער רבי ארויף אויפן ארון קודש און אנגעהויבן די דרשה מיט בכיות נוראות, און דערמאנט וואסערע נסים ער האט געהאט, אז דאס איז סימן אז ער דארף מעורר זיין איבער די חולים וועלכע זענען ליידער אין שפיטאל און קענען נישט זיין דא צו דאווענען און הערן תקיעות שופר.

דער רבי האט דערנאך געבלאזן אלע תקיעות דמיושב מיט א פעסטקייט, ווי גארנישט וואלט געווען, כאטש ער איז נאך אלץ געווען בלייך.

דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צו תפילת מוסף מיט א התלהבות און א ברען, מיט א שטארקקייט נאך מער ווי אלע יארן.

עס איז געווען אזא וואונדער ווייל דער רבי איז במשך די גאנצע נאכט געשלאפן נישט מער ווי איין שעה. און האט גערנישט געגעסן זינט 2:00 ביינאכט, און דא איז שוין נענטער צו 7:00 נאכמיטאג און ער ארבעט און טאנצט און שפרונגט ביי הללוי' מיט א פעסטקייט.

בערך האלב 7 איז מען פארטיג געווארן מוסף און תיכף דערנאך געדאווענט מנחה

דער רבי איז אהיים מאכן די סעודה, און ערשט נאכן זמן זענען די הצלה אריבערגעקומען צו אים, מאכן נאך טעסט און זעהן וויאזוי ער שפירט זיך.

בערך 9 האט זיך דער רבי צוגעלייגט זיך אפרוהן, און איז צוריקגעקומען אין שוהל בערך 11 ביינאכט צו מעריב און דערנאך אפגעראכטן די שהחיינו טיש אין 13 הופער מיט הונדערטער אידן, מיט זמירות ותשבחות און א פעסטע תורה גג על גג.

כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה
מיט'ן ליינען אליינס מיט גרויס התהלהבות
מיט די דרשה דעם צווייטן טעג מיט בכיות נוראות
און מיט'ן דאווענען מוסף מיט דערהויבנקייט.

דאס יאר האט דער רבי געזאגט אז ער וויל אריינקומען צום נעילת החג טיש אין ביהמ"ד, ווי מרן רביה"ק בעל דברי יואל האט זיך געפירט. וכך הוה.

בערך 7:30 איז די שול געווען פול געפאקט, דער רבי איז אריינקומען און דער גאנצער ציבור האט אויסגעבראכן מיט חסדי ה', אז ס'האט געשפאלטן דעם דאך (פקע איגרא). דערנאך מען געזונגען זמירות און שיינע ניגונים און דער רבי האט יעצט צום 6'טן מאל געזאגט תורה פאר'ן ציבור דעם ראש השנה.

א פעסטן פלפול מיט בליציגע רעיונות האט ער יעצט געזאגט, כאילו ס'איז היינט דאס ערשטע מאל וואס ער רעדט.
און דער רבי האט מכבד געווען דעם געטרייען הצלה וואלונטיר ר' חיים קארנבלי מיט אודה, און די אנדערע הצלה אינגעלייט מיט שיריים.

אשרי ה' שככה לו.


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 02/10/2008 6:51:34




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/10/2008 06:28 לינק ישיר 

בילדער פון נעילת החג ראש השנה תשס"ט

בילד פון צפון מעריב

בילד פון דרום מעריב








א בילד פונעם אויבן אן ווי מ'זעט ווי דער רבי זינגט מיט א ברען




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > גרויסע נסים מיט סאטמארער רבי'ן מהר"א ר"ה אין וומסב"ג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext