בית פורומים כל העולם כולו

וויצע פרעזידענט דעבאטע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/10/2008 18:56 לינק ישיר 
וויצע פרעזידענט דעבאטע

היינט נאכט קומט פאר די איינציגסטע וויצע פרעזידענט די דעבאטע.

די ריפובליקאנער דרייען איבער א וועלט אז די מאדערעטאר איז אן אבאמא שטיצער היות זי גייט ארויסגעבן א בוך לטובת אבאמא.

די דעבאטע דארף לכאורה צו זיין היבש אינטערסאנט ווען מען רישט זיך אז ביידען וועט צומאלן פעילין. פאר מקעין איז קריטיש וויכטיג אז זי זאל זיין צו דער זאך בשעת די מידיא הערט נישט אויף מיט די אטאקעס אויף איר מאז היתה הוויצע קאנדידאט און מקעין פאלט וואס א טאג אין די אנקעטעס אין אלע בעטעלגראונד סטעיטס. אויב די וואלן וואלטן היינט פארגעקומען איז מקעין'ס טשאנסן 0.

נאר אזוי ווי מיר שטייען בין כסא לעשור וואלט איך געוואלט פרעגן אויב מען מעג ע"פ הלכה מיטהאלטן די דעבאטע.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/10/2008 06:03 לינק ישיר 

ווי ס'קוקט אויס האט מרס. פעילין "געפעסט די טעסט" און אויך אביסל מער פון דעם, די שאלה איז נאר צו ס'וועט נאך העלפן פאר דזשאן מקעין.

ביידען איז מיט זיין שארף צינגל אויך געווען זייער גוט ווי ערווארטעט, אבער פעילין האט זיך געהאלטן פעסט און זיך נישט געלאזט און פארענטפערט מקעין אויף יעדע אישו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/10/2008 06:44 לינק ישיר 

פעילין האט געווינען מיטן נישט פארלירן.

די מידיא האט די לעצטע צוויי וואכן געמאכט אזא שטורעם קעגן איר, אז ס'האט אנגעהויבן אויסזען כאילו זי איז א טאטאלע דורכפאל און א חורבן פאר מעקעין.

די נאכט האט זי באקומען די געלעגנהייט אפצושטעלן דעם נארישן טראנד, און זי האט עס געמאכט אויף הונדערט און איין פראצענט. דאס אריינגיין אין מויל פון לייב דורך זיך שטעלן קעגן א פאליטישן ריז און זיך פארמעסטן מיט אים 'אל-פארי' האט איר צוריקגעשטעלט אויף די פאזיציע ווי זי וואלט לכתחילה געדארפט זיין: איינע פון די הויפט פיגורן אין אמעריקאנער פאליטיק אויף דערווייל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/10/2008 20:28 לינק ישיר 

אפשר, גוט ארויסגעברענגט.

איך האלט נישט אז די מידיא גייט אויפהערן איר צו אטאקירן, נאך די רעפובליקאנער קאנווענשאן האט מען אויך געמיינט אז די מידיא וועט מוזן אויפגעבן.

איך האלט אז אויב פעילין וואלט געווען די דעמאקראט וואלט די מידיא איר גלייך געקרוינט אלס געווינער וויבאלד זי האט איבערגעשטיגן די ערווארטונגען, נאר אז מען דארף מיט אלע כוחות זעהן אז אבאמא זאל געווינען, קענען זיי יעצט בשום אויפן איר געבן דעם געווינס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/10/2008 23:19 לינק ישיר 

גענוג געווען מיט די נארישע קאנספיראציעס. יא, אמת טאקע אז א מאיאריטעט אין די מידיא זענען ליבעראל געשטימט (וואס דאס איז א נאטירליכע זאך, ווייל א פרייע מידיא איז א ליבעראלער מושג און אין אלע צייטן האבן ליבעראלן געקעמפט פאר מידיא פרייהייט, אזוי ווי מען זעט יעצט למשל אין רוסלאנד) אבער איינער וואס זאגט אז די גאנצע מידיא האט אפגעמאכט אויפצומאכן פאולס כדי צו ווייזן אז ביידען האט באמת געווינען דער איז ביי מיר פונקט אזא דעינדזשערעס מענטש ווי איינער וואס האלט אז דזשארדזש בוש האט אראפגעווארפן די טרעיד צענטער געביידעס.

שוין אפגערעדט פון דעם אז היינט צוטאגס האבן שוין די קאנסערוואטיוון אליין גאר א שטארקע אנוועזנהייט אין די מידיא סיי דורך די טאק שאוס און סיי דורך פאקס וואס פּאקט איין אלע ליבעראלע סטאנציעס מיט צוהערערס, און פאקס'ס פאולס זענען אלעמאל ענליך צו סי ען ענ'ס פאולס. רוב מעכטיגע פראסקעס וואס די דעמאקראטן האבן געכאפט במשך די לעצטע 18 יאר זענען געווען פירות פון די קאנסערוואטיווע מידיא. למשל, דער לעווינסקי סקאנדאל וואס האט אזוי מבזה געווען ביל קלינטאן איז א פראדוקט פונעם דראזש רעפארט (1) און די סוויפט באוט אטאקע וואס האט אונטערגעברענגט קערי איז א פראדוקט פון פאקס.(2)

יעצט צוריק צו די דעבאטע, די רעפובליקאנער האבן געהאלטן פעלין באהאלטן אין א סעיף שוין זייט זי איז געווארן מעקעינ'ס ווייס פרעזידענט קאנדידאט און ווען זיי האבן איר דריי מאל ארויסגעלאזט פון איר באהעלטעניש האט מען פארשטאנען פארוואס, איר דעבאטע מיט טשארלס גיבסאן איז געווען א חורבן און איר דעבאטע מיט קעטי קוריק איז געווען ממש א דיזעסטער איום ונורא. די מעקעין חברה האבן נישט געוואוסט וואו זיך אהינצוטאן אויף די גרויסע בושות וואס זי האט זיי געמאכט. אויף פילע שאלות וואס קוריק האט איר געפרעגט האט זי ממש געענטפערט פאר פייער און פאר וואסער, און מען האט קלאר געזען אז זי ווייסט נישט וואס ס'טוט זיך מיט איר. זי האט געמאכט פרעזידענט בוש אויסקוקן ווי א וועלטס-געלערנטער. (3)

גענוג צו זאגן אז סעטורדעי נייט לייוו האט ביי זייער וועכנטליכע סקיט נישט געדארפט מער ווי הייסן זייערע עקטארס איבערשפילן די זעלבע ווערטער וואס פעלין האט געזאגט פאר קוריק אן צולייגן אייגענע וויצן און ס'איז געווען שטארק צום לאכן. (4)

אלזא, ווען פעלין האט זיך ביי די דעבאטע געעפנט דאס מויל צו רעדן און האט נישט גערעדט קיין געפערליכע שטותים איז עס שוין געווען א שטארקער געווינס פאר מעקעין, ווייל אירע עקספעקטעישאנס זענען לכתחלה געווען נידריגער פון נידריג. פאקטיש טרעינט מען זיך אויף א דעבאטע פאר לאנגע וואכן און מען קען זיך פארשטעלן בערך וואסערע פראגן מען וועט פרעגן און מען האט געקענט זען אז אויף געוויסע ענטפערס האט פעלין געענטפערט אזוי ווי א טעיפרעקארדער בשעת ביי אנדערע ענטפערס האט זי נישט געוואוסט וואס צו ענטפערן. ווי למשל ווען מען האט איר געפרעגט איבער דירעגולעישאן, וואס ווי ס'האט אויסגעקוקט ווייסט זי גאנץ ווייניג וואס ס'מיינט האט זי געזאגט אז זי וועט נישט ענטפערן די פראגן וואס ביידען אדער די מאדערעיטאר ווילן הערן נאר וועט רעדן דירעקט צום אמעריקאנער פאלק. (5)

פעלין האט נאכדערצו געהאט די געוואלדיגע מזל אז אין די לעצטע פאר טעג זענען די רעפובליקאנער און די קאנסערוואטיוון אין די מידיא פארנומען געווען מיט'ן אראפרייסן די מאדערעיטאר אז זי איז אן אבאמא שטיצער און דעריבער איז די מאדערעיטאר געווען שטארק איינגעמאכט און נישט געפרעגט קיין שארפע פראגן פון פעלין (6) און איר אזוי אויך נישט פארראכטן ווען זי האט געמאכט טעותים, ווי למשל ווען זי האט נישט געקענט געהעריג ארויסזאגן דעם נאמען פון אן אמעריקאנער גענעראל.

ס'איז פארשטייט זיך נאר צו פרי צו וויסן וואס דער אויסגאנג פון די וואלן וועט זיין אבער אויב מעקעין וועט פארלירן וועלן אסאך פינגער טייטלען אויף פעלין. פעלין איז טאקע געווען אן עקסעלענט טשאיס איינמאל פאר אלעמאל אנצואווארעמען די רעפובליקאנער באזע אבער אויף דעמאקראטן און אינדעפענדענטס מאכט זי נישט זייער א גוטן רושם. (7)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/10/2008 23:23 לינק ישיר 

די סאורסעס פאר רוב אינפארמאציע וואס כ'האב געשריבן.

1. http://en.wikipedia.org/wiki/Matt_Drudge
In 1998, Drudge gained notoriety when he was the first outlet to break the news which later became the Monica Lewinsky scandal

2. http://www.usnews.com/articles/news/politics/2008/01/17/vietnam-vets-ad-torpedoes-kerry-image.html
Initially, few ads were placed, and they got scant attention, but as soon as the Drudge Report, Fox News, and other media heard about them, the ads quickly dominated election coverage

3. http://www.theage.com.au/world/us-election-2008/misgivings-about-palin-multiply-before-tv-debate-20080930-4r76.html

CONSERVATIVE commentators are openly expressing doubts about the candidacy of Republican vice-presidential nominee Sarah Palin following another terrible television interview. Mrs Palin's third-only TV interview with CBS's Katie Couric was widely panned as a disaster and would have made front-page news but for the financial meltdown.

4. http://trans.cnn.com/TRANS/0809/28/le.01.html
BLITZER: All right. That was the first time, John, I've ever heard the parody on "SATURDAY NIGHT LIVE" actually use exactly what was said during the course of the week. It was a rough week for her this week.

KING: Not sure if that's art imitating life or life imitating art there as you watch. Look, everyone inside the McCain campaign will tell you, Wolf, in a private conversation they thought that interview was simply a disaster. They won't say that publicly, but they will tell you that privately.

5. http://politicalwire.com/archives/2008/10/02/vice_presidential_debate_reaction.html
With expectations so low for Gov. Sarah Palin, she did better than many probably thought she could. But in the second half of the debate, it was as if she ran out of things to say. Her performance was very uneven, particulary on foreign policy.

In contrast, Sen. Joe Biden got stronger as the debate went on. He showed he has the best debating skills on either ticket. He was particularly strong in defending Sen. Barack Obama and strapping Sen. John McCain tightly to President Bush. Biden handily won this debate.

6. http://www.usnews.com/blogs/john-farrell/2008/10/03/sarah-palin-seized-her-moment-but-still-lost-to-joe-biden.html
Gwen Ifill, a journalist of true accomplishment, was muzzled in the wake of the predebate chaff about her upcoming book on Obama's historic candidacy.

How could Ifill get tough without the entire political and media communities scolding her for having a financial and creative interest in an Obama victory?

Palin saw the opportunity, and walked all over her.

7. http://blogs.cqpolitics.com/politicalinsider/2008/10/what-if-mccain-picked-romney.html
Imagine if Sen. John McCain had chosen Mitt Romney as his running mate instead. While Romney would not likely have excited the Republican base as much as Palin did, he would be seen as a more steady hand with the nation's financial markets in crisis. And it's unlikely that McCain would be pulling out of Michigan if native son Romney was on the ticket.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/10/2008 00:17 לינק ישיר 

וועסט מיר אודאי אנטשולדיגן אויב איך וועל זיך נישט באציען צו יעדן פונקט דיינעם, אבער אין פרינציפ ביזטו אויסדריקליך נישט גערעכט.

כ'וועל זיך נישט אריינלאזן אין א טיפע אויסמאטערנדע סטאטיסטישע דיסקוסיע איבער די מידיא, דראדזש, פאקס ניוס, אא"וו, אבער מיר ביידע ווייסן אז אן איבערוויגנדער מאיאריטעט פון די פרעסע און מידיא ארבעט אויף קעסל און כלים פאר אבאמא, טיילמאל איז ממש א גרויל צו ליינען ארטיקלען און אפילו 'אביעקטיווע' נייעסער אין די פרעסע, ווען ארטיקל נאך ארטיקל, נייעס נאך נייעס, שורה נאך שורה, שרייען אלע צוזאמען "שטימט פאר אבאמא ווייל ער איז שווארץ און ליבעראל".

ס'קומט ממש צום לאכן וויאזוי די מידיא איז זיך מחיה אז פעילין, וואס איז בלי ספק אומערפארן און נישט באהאוונט אין אן א שיעור קריטישע טעמעס, האט שלעכט ארויסגעזאגט דעם נאמען פון א גענעראל, ווען ביידען האט בלויז די וואך ערפינדן דעם טעלעוויזשאן צוואנציג יאר בעפאר זי איז ערשינען, און אריינגעשטעלט פרענקלין רוזוועלט אין אפיס אין די ערגסטע צייט וואס קען נאר זיין - און די מידיא האט עס כמעט ווי אראפגעשלינגען.

זיכער האט זי געמאכט געוויסע טעותים אין אירע אינטערוויו'ס, זי איז פאקטיש אויף די נאציאנאלע ארענע קוים פינף וואכן, און ווייז מיר וויפיל גאווערנאר'ס קענען דיר אויסרעכענען אלע סופרים קאורט אורטיילן (צווישן מיר און דיר, וויפיל פון זיי האט ביל קלינטאן געקענט אין 1989? און זשארזש וו. בוש אין 1995?). אבאמא קומט פונעם סענאט, ווי אויך האט ער זיך געגרייט באלד דריי יאר צו לויפן פאר פרעזידענט פאר ער האט פאקטיש אנגעהויבן צו לויפן. ס'איז ריין אבסורד איר ארונטערצורייסן פאר אזוינע טעמעס.

איר ענטפער וועגן די בוש דאקטרינע איז אויך געווען ארויסגענומען פון קאנטעקסט. די סיבה פארוואס זי האט געשטאלפערט איז נישט געווען ווייל זי איז אן אידיאט - ווי די מידיא האט עס באצייכנט - זי איז פשוט אומערפארן וויאזוי מ'דארף האנדלען מיט די מידיא ווען מ'ווערט געפרעגט אזוינע האקעלע פראגעס. פאר די זעלבע סיבה וואס זי האט נישט דיפלאמאטיש אויסגעמיטן די פראגע איבער קריג מיט רוסלאנד.

דאס זאגט גארנישט איבער אירע מעגליכקייטן צו פארשטיין צו די טעמעס אדער פאסן באשלוסן דערוועגן.

איי ס'קען זיין זי וועט דארפן למעשה פאסן די באשלוסן? כ'מיין אז פאר קיינעם דוכט זיך אז אבאמא, אדער אפילו ביידען צי מעקעין, פאסן זייערע באשלוסן אין אייגענעם שלאפצימער, יעדער פון זיי האט א גאנצן שטאב פון ראטגעבער וואס העלפן זיי ארויס, און זי וועט גאנץ זיכער אויך דאס האבן. דער פינטל איז איר בליק אויף אמעריקע און די וועלט, און דאס איז וואס די מידיא וואלט געדארפט אויפשפילן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/10/2008 00:17 לינק ישיר 

יעצט צוריק צו די דעבאטע.

ווי געזאגט, קיינער האט נישט ערווארטעט אז זי זאל זיין אזוי באהאוונט ווי ביידען איבער סיי וועלכע טעמע, פונקט ווי קיינער ערווארט נישט אז אבאמא זאל זיין פונקט אזוי באהאוונט ווי מעקעין. די מידיא האט אבער אזוי אויפגעשפילט אירע, מינדערוויכטיגע, טעותים אז זיי האבן איר אנגעהויבן געהעריג אראפמאלן ווי עמיצער וואס ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט זיך, און דאס האט זי טאטאל אפגעווישט.

וואס דארפסטו מער אז אפילו די גרעסטע ליבעראלן זענען מודה אז זי איז איבערגעקומען דעם בארג וואס מ'האט איר אראפגעשטעלט? לייען נישט די ארטיקלען פון נאך די דעבאטע, וואס ס'איז אנצונעמען אז דער גרעסטער טייל פון זיי זענען שוין געווען האלב פארטיג נאך בעפאר די דעבאטע האט זיך אנגעהויבן. קוק בעיקר די לייוו בלאגס, אפילו אין ניו יארק טיימס, צב"ש, דארט קען מען האבן א טיפן אנאליסטישן בליק אין וואס די שרייבער האלטן באמת פון איר האלטונג ביי די דעבאטע.

אודאי האט צוגעגעבן איר פאלקסישער אפיל, אבער איר הויפט שטארקייט איז געווען איבערקומען די מידיא שטרויכלונג. און דאס האט זי באוויזן אייזן.

די מידיא קען זיין גערעכט מיטן דערקלערן אז ביידען האט פאקטיש געווינען דעם שלאכט, נאך אלעם האט ער איבער דרייסיג יאר מער פון איר אויף די פאליטישע ארענע, אבער זי האט געווינען די מלחמה.

תוקן על ידי אפשר_דאך ב- 04/10/2008 0:21:38




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/10/2008 00:32 לינק ישיר 

און איבער אלעם, האט זי דאס מערסטע ארויסגענומען פון די דעבאטע מיט איר מלחמה קעגן די מידיא.

שוין דאס צווייטע מאל וואס די מידיא זוכט אויפצושפילן איר אומערפארונג ווי א שטארקער שטער צו איר וויצע פרעזידענטשאפט - און במילא אויך א פליק פאר מעקעינ'ס "זשאדזשמענט" - און שוין דאס צווייטע מאל וואס ווען אמעריקע באקומט די געלעגנהייט צו הערן פון איר אן דעם מס"מ 'פילטער' ווי זי רופט עס גייט דער אלגעמיינער אמעריקאנער ווי משוגע נאך איר ערשיינונג.

דאס אז די דעבאטע האט געהאט אזא אויסערגעווענליכע באטייליגונג צייגט אז די פיילן וואס מעקעין און פעילין שיסן אין ריכטונג פון די מידיא אז זיי זענען איינזייטיג ווערט גוט אפגעקויפט ביים פאלק, וואס האט געוואלט אויסנוצן די געלעגנהייט צו הערן פון איר אליין אן דעם פילטער. און דער פאקט אז יעדער איז מודה אז זי האט גוט אויסגענומען פארשטארקט ווידער דעם איינדרוק אז די מידיא וואס האט איר די לעצטע צוויי וואכן אזוי מיאוס דיסקרעדיטירט איז איינזייטיג און נישט אביעקטיוו.

אין א צייט וואס מעקעין מוטשעט זיך ארויסצושיקן זיין מעסעדזש קעגן א פלייצנדן מבול פון בייסיגע נייעסן, ארטיקלען, און עסייען אין די מידיא קעגן אים איז דאס וויכטיגסטע פאר זיין קאמפיין צו דיסקרעדיטירן די מידיא און אזוי ארום שיקן דעם אומבאשלאסענעם וויילער, וואס וויל אמת'דיג וויסן וועמען אויסצוהערן, צו זוכן אנדערע וועגן צו ווערן אינפארמירט איבער מעקעין/פעילין.

דעם זשאב האט זי אים צוגעשטעלט הונדערט און איינס פראצענט, און די מידיא זעלבסט האט איר צוגעטראגן די געלעגנהייט אויף א גאלדענע טאץ.

איין זאך איז קלאר: נאך די וואלן ווען מ'וועט צוריק קוקן אויפן לויף פונעם קאמפיין וועט מען גאנץ זיכער נישט קענען באשולדיגן דעם פעילין אויסוואל צו האבן געשאדט פאר מעקעין, זי האט שוין צום צווייטן מאל דעליווערט פאר מעקעין פונקטליך וואס ער האט געדארפט.

אויב עפעס וועט עס זיין מעקעינ'ס אומבאלומפערטע האנדלונג פונעם עקאנאמישן קריזיס פאריגע וואך וואס וועט פארזיכערן אז דעם קומענדיגן יולי 4 וועט ער פייערן אין א ענגן קרייז פון פאמיליע און פריינט אין אריזאנע. און ניין, אין אזא פאל וועט פעילין נישט דארט זיין...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/10/2008 01:19 לינק ישיר 

טראץ דעם וואס איך בין ווי באקאנט א שטארקער שטיצער פון מעקעין מוז איך דאסמאל מודה זיין מיט זיסקייט אז פעלין קומט אפיר ווי א געפערליכע נאראנותטע. איך האב מיטגעהאלטן די אינטערוויוס אויף ABC און CBS און מען האט גוט געזען וויאזוי די מידיא גלייכט איר נישט. אבער פארט וואלט איינער מיט אביסל פאליטישע וויסנשאפט נישט גערעדט ווי זי האט גערעדט. וואס זאל איך ענק זאגן? זי האט געמאכט א שלעכטע אימפרעשאן.

דאס איז אבער קלאר אז זי האט געווינען די דיבעיט, טאקע פארדעם אז מענטשן האבן ענדליך געזען אז ווען זי וויל קען זי.

און יעצט גייט זי האבן אכט יאר זיך צו לערנען פאליטיק אונטער מעקעין אזוי אז ווען זי לויפט אליינס פאר פרעזידענט וועט זי שוין האבן אסאך עקספיריענס.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/10/2008 04:53 לינק ישיר 

אפשר_דאך, נישט נאר דו האלטסט אז פעלין האט געווינען נאר 33 אדער 36 פראצענט אמעריקאנער האלטן אויך אזוי, אלזא, גוד לאק...

A CNN poll of Americans who watched the vice presidential debate shows that most felt Sen. Joe Biden beat Gov. Sarah Palin, 51% to 36%.

A CBS News/Knowledge Networks poll of uncommitted voters show Biden winning 46% to 21% with 33% calling it a draw.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/10/2008 07:17 לינק ישיר 

איך האלט אז איז געוועהן זייער גוט...

_________________

 
 




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-5/10/2008 07:32 לינק ישיר 

Frank Luntz Focus Group Picks the Winner: Sarah Palin!
http://www.youtube.com/watch?v=LVWMb-rJVuc
זיי זענען נאך אזוי קראנט וויי CBS CNN



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/10/2008 09:11 לינק ישיר 

אינעם "שפאקטיוו" פון דעם חודש תשרי ווי זיי ברענגען אין זייער חודשליכען אינטערעסאנטן קאלום " ביידע זיייטן פון דער מטבע" איבער די מידיע בייעס וואס די מעקעין קאמפיין פראבירט אראפצומאלן און צו לויפן אויף די פלאטפארמע כאילו זיי זענען די פארטיי וואס ליידט זיך צוזאם פון דעם וואס די מידיע איז אויף די דעמאקראטישע זייט. האבן זיי געהאט דעם חודש אן ארטיקל פון דזשאו קליין א באוויסטער קאלומניסט וואס לויפט יעדע וואך אין דעם "טיים" מאגאזין וואס ער שרייבט אז מען זאל זיך נשיט וויסענדיג מאכן פונעם מעקעין קאמפיין וואס פארלאנגט אז מען זאל נישט פרעגן פשוטע נארמאלע פראגען וואס יעדער אמעריקאנער דארף צו וויסן ווען מען גיין וועהלען פארן העכסטען פאליטישען אמט אין לאנד.

זוכנדיג דעם ארטיקל אויפן נעט האב איך זיך אריינגעהאקט אין א צווייטע ארטיקל פונעם טיים וואס איך קלער איז אינטערעסאנט פארן עולם. ליינט ווי צום סוף פירט עס אויס אז לכאורה (און ווי אפשר דאך שרייבט דא) וועלן זיי טאקע פארדינען פון דעם אז די רעפאבליקענס וועלן זיין פעסט און זיך אנעמען פאר זייער אומשולדיגן קאנדידאט וואס ווערט נעבעך צוריסן פון די מידיע אבער זיי מאכן אויס אונטער פופציג פראצענט  און וועלן פארלירן ביי די דעמאקראטן.


But some Republicans worry that neither play will lift McCain to victory in November. "They're getting the base excited, that's obvious," says a GOP strategist not affiliated with the campaign. "But these are tactics that get you to 45%. I don't see their strategy to get McCain to 50%. And [by attacking the media] they're doing harm to McCain's brand." Said another GOP consultant attending the convention festivities in St. Paul: "Attack the media is what you do when you're losing


http://www.time.com/time/politics/article/0,8599,1839416,00.html






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/10/2008 19:48 לינק ישיר 

מיין טאטלע מיינונג איז אז איינער וואס לויפט בסך הכל פאר וויס פרעזידענט אין ווייזט א רעקארד פין קענען פירען אין אויך טיען אין נעמען שטעלונגען וואס זענען ניט פאפולער אפילו איך שטום נישט צי אלעס וואס זי האלט  גייט מיך נישט אן צי האט יא אלעס גענטפערט צי נישט                  אקעגען אבאמא וואס לויפט פאר פרעזידענט אין זיינע זיבען יאר אין סטעיט לעגילעיטער האט ער הינדערט מאל ביי אפשטימונגען נישט גענימען קיין שטעלונג נאר גענימען די גרינגע וועג ארויס אין געוואוט   "פרעסענט"     אזא איינעם וואלט איך נישט געוואלט האבען אפילו אויף מיין קאנאמיניום בארד  אפילו איך זאל ווען מסכים זיין מיט אלעס וואס ער האלט 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/10/2008 21:05 לינק ישיר 

איך האלט אז פעילין האט גוט פארפאטשקעט פאר מעקעין. אמעריקע האט ליב א האקי מאם אבער זי איז פונקט גוט פאר גאווערנער פון אלעסקע, קיינער דארף נישט אזא פרעזידענט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וויצע פרעזידענט דעבאטע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext