בשם אלע אנוואוינער פון בעדפארד גארדענס טוען מיר זיך באדאנקן פאר ר' משה דוד נידערמאן פארן ערלעדיגן די נויטיגע פאפירן אז מען זאל קענען בויען היי יאר א סוכה פאר אונז, יש"כ.
נשלח ב-12/10/2008 20:02
קרעדיט קומט זיך אים.
ער איז דער וואס טוט אלעס אפ.
נידערמאן האט געמאכט א יד אחת מיט קראס מענדיטשמענט, אז זיי זאלן קענען אפטאן אלע רשעות קעגן די אידן אין בעדפארד גארדענס און אלע פאליטישענס זאלן זיין שטיל, אלעס ווייל זיי האבן אים אויף זייער פעראל און געבן פאר אלע נידערמאן קינדער דירות, און נידערמאן איז דער איינציגסטער איד וואס האט שוין נישט קיין קינדער אין שטוב וואס האט די גרויסע E דירה.
נידערמאן איז געווען דער וואס האט זיך אויפגעשטעלט ביי די שטאטישע הירונג פון hpd אז קראוס מעג העכערען די רענט פאר די הייזער, און מיט דעם שאדן געמאכן מיליאנען אידישע געלטער א יאר.
נשלח ב-12/10/2008 23:16
דא שטייט א רויע פאקט אז ער האט עס מסדר געווען קומט זיך אים די שכוח, אנדערע פעלער וואס א צווייטער איז מסדר קומט זיך פאר יענעם דעם שכוח, אבער סתם שרייען אן קיין באווייזן האט נישט קיין פשט.
אויף דאס וואס דו זאגסט יעצט בין איך נישט מחולק מיט דיר ווייל איך ווייס נישט די פאקטן, אבער יעצט ביי די פרשה מיט די סוכה איז ער למעשה געווען דער וואס האט עס מסדר געווען און אים קומט זיך די שכוח דערפאר, נישט קיין חילוק וואס עס קומט זיך אים און אנדערע פעלער.
נשלח ב-16/10/2008 07:01
עס דערמאנט די מעשה ווען איינער האט אונטערגיצינדען א הויז אין פלאמען, אין ווען עס האט שוין גוט געברענט איז ער געקומען לעשן דאס פייער.
טא א גרויסע יישר כוח אין דער איד דארף מען אים געבן.