בית פורומים כל העולם כולו

דערי לולבים, א האלבע מעלאנע שאדן... געווינער און פארלירער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/10/2008 16:50 לינק ישיר 
דערי לולבים, א האלבע מעלאנע שאדן... געווינער און פארלירער

ס'איז שוין ערב סוכות און מ'קען שוין ניכטער אנאליזירן די געווינער און פארלירער פון די דערי לולבים סקאנדאל.

גרעסטערפארלירער = ישראל שווארץ. פארלוירן א האלב מיליאן דאלאר. און דאס האט ער צו פארדאנקען זיינע גוטע פריינט, די לויפער מאפיא מיט זייער פורים בית דין בראש.

צווייט-גרעסטע פארלירער - סאכדעס. האט געכאפט א שאס פון זייערע גוטע פריינט, די אמעראצים פון די לישקע.
הרב הלל וו"ב וואס האט געמיינט אז מיטן זיך לעקן צו זאלי און זיינע אמעראצים וועלן זיי אים שעצן - נאט אייך ! פון די זאליס וועסטו באקומען נאר פארראט.

סתם לוזער - ר' זאלי טייטלבוים. = דא האט זיין לישקע אינטערגעשריבן לאיסור. זיין ראב"ד און שמאב"ד, און ער איז עפעס פארשווינדן ווי א שוחט אין די ניין טעג. עס שטעלט זיך ארויס אז ר' זאלי האט באקומען אזא קאמפלעקס אז ס'רייסט שטיקער. אפשר מיינט ער אז אזוי וועט אים ישראל שווארץ געבן געלט, ווייל ער איז שטיל !

ביטערע לוזער - זאלי לישקע פורים ית דין - דאס אז ר' לייביש לייזער האט גענומען דרעי לולבים, צייגט ער מיט דעם, אז דער איסור פון די זאליס איז פאליטיק און נישט מער ווי נאך א פורים פסק פון די פורים לישקע. = ר' לייביש לייזער האט געוויזן אז דער פסק פון די זאליס איז קיינעם נישט מחייב !

הויפט געווינער = דער מאפיא אברהם לויפער. אלס קאמעפטישאן האט ער גוט אנגעפראסקעט ישראל שווארץ ובניו און אים שאדן געמאכט א האלב מיליאן דאלאר.

צווייט-געווינער = סאטמארער רבי שליט"א. ווען ישראל שווארץ'ס קינדער זענען געקומען צו אים בעטן א היתר. האט דער רבי געזאגט: עס איז א סכסוך צווישן 2 סוחרים, און האט גארנישט מיט די הלכה - איך מיש זיך נישט אין ביזנעס פראבלעמען.

 דאס אז די גרעסטע רבנים און ראשי ישיבות זענען געקומען צו אים אין שטוב, און הערן זיין דעת תורה, כדת מה לעשות איז א סימן אז ער איז דער גדול הדור בתורה והלכה והנהגה.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/10/2008 18:29 לינק ישיר 

היינט האב איך גערעדט מיט א גרויסע אתרוג סוחר וואס שניידט אליינס זיינע סחורה, זאגט ער מיר אז 75% האט ער פארקויפט דערי לולבים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/10/2008 19:37 לינק ישיר 

דער גרעסטער לוזער איז דער גרויסער מאנראוער צדיק וועלכער איז באוואוסט מיט זיין אריינרעדן אויף אלעם וואס מען דארף נאר נישט, האט נישט געוואוסט וואסערע שטעלונג צו נעמען, און ביז ער האט זיך געכאפט איז דער טרעין אפגעפארן... 


דער פאקט בלייבט, אז עס האט זיך ווידעראמאל ארויסגעשטעלט אז אלע רבנים תלמידי רבינו הקדוש זי"ע האבן זיך ארויסגעשטעלט דערקעגן און ארויסגעקומען מיט קלארע תשובות, און דער ציבור האט ב"ה געפאלגט נישט וועלנדיג זיך אריינלאזן אלס א ספק מיט אזעלכע לולבים.

עס איז נאר א ווייטאג אז א היימישער סוחר האט זיך נישט געכאפט פון פריער אין וואסערע פלאנטער ער פאלט אריין.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/10/2008 19:54 לינק ישיר 

דוד יאפס ביי אונז רעדט די רבי ווען עס קימט צי תורה אין הלכה אין הגז"ל פסקענט די שלישקע כדי סזאל נישט זיין קיין בזיונות               חוץ ווען סאיז א שאלה וואס קען נישט ווארטען אויף א ישיבת ליצים  נאו פראבלעם     "סדא וואס פירען זיך אזוי אין סדא וואס פירען זיך אזוי"             



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/10/2008 19:55 לינק ישיר 

די שאלה איז נישט צי
הגאון ר' מענדל זילבער איז א תלמיד פין רבי'ן
אדער ר' הלל וויינבערגער
אדער גאלאנטער רב
אדער ר' מרדכי בצלאל קליין

נאר די שאלה איז צי ר' מנשה פר"מ אדער רב אלישב מיט ר' שלמה לייב צי זיי זענען תלמידים פין רבי'ן



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-13/10/2008 20:03 לינק ישיר 

ארגינעלער גערעכט נאך א זאך    הגאון דומ"ץ ק"י איז די איינציגסטע פיו זיי אלע וואס איז נאך געשטעלט אויף זיין אמט דארעכען דברי יואל ז"ל  



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/10/2008 20:54 לינק ישיר 

טאטעלע, הגאון ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן איז אויך געשטעלט געווארן דורכן רבי'ן אלץ דומ"ץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/10/2008 22:02 לינק ישיר 

ר' ישראל חיים מנשה האט געלערנט אין בית המדרש עליון, און בשעת רבינו זצ"ל איז נאך געזינט געווען האט ער נאך געארבעט אין פאסט אפיס, נאכדעם ואס רבינו הק' איז נישט געזונט געווען האט אים די רעבעצין אויפגענומען א טובה צו טאן פאר ר' אהרן טייטלבוים ע"ה וואס איז געווען געטריי צו איר.

גראדע הער איך אז עס איז א מחלוקה צווישען די תלמידים פון רבינו הק' וואס ער האט געהאלטען, די תלמידים פנחס אביש, ר' מנשה פילאפף, אלטר משה, אברהם לויפער, נחום ראזענבערג, ר' שלמה לייב וויינבערגער, און יעקב תרח, מיט מאיר יודל, שמואל טייטלבוים, ר' זלמן לייב טייטלבוים, אייזיק וויינבערגער, מס. באבע אינדיג, משה גבאי, מיידלעך שטערן, מיט שלום שניצלער און זיין ברודער מאיר, האלטן אז די רבי האט עס געאסרט.

און די אנדערע תלמידים ווי זלמן לייב וואלדמאן, ר' נתן יוסף זצ"ל, ר' ישעי' יעקב שטויבער, ישראל מענדל שווארטץ, בראדער רב, שארווינטער, נחמן בראך, יודל וויינשטאק, מנשה בירענבוים, משה לייב דייטש, יחזקאל בראך,אליזער קעסטענבוים  וכו' האלטן אז מען מעג יא...



אזא פנים האט די גאנצע זאך.
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 13/10/2008 22:56:08

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/10/2008 22:19 לינק ישיר 

וואס רביה"ק בעל דברי יואל האט גע'פסק'ט זעט מען אין זיינע הייליגע ספרים.

וואס די אמעראצים פסק'ן איז איינעם נישט אינטערסאנט.

אינטערסאנט איז אז נייטרא'ער דיין, טעלזער ראש ישיבה, וויענער דיין און נאך אנדערע גאונים און פוסקים זענען נישט אינטרעסירט צו הערן וואס מהרז"ל אדער קיטשי זאלי האבן צי זאגען אדער זינגען נאר קומען צום סאטמארער רבי'ן הערן זיין דעת תורה.


און דוד'ל... יעדער האט דא פארגעסן צוצולייגן איין זאך:

ישראל שווארץ איז געווען א שותף מיט מאפיא לויפער אין די בלוט-בלבול קעגן אריזאנא ווייץ.

דער ישראל שווארץ האט געוואלט געפעלן פאר דעם מאפיא אברהם לויפער האט ער ליגן געזאגט אז די אריזאנא ווייץ וואקסט ווי א סווימינג פול...

איצט האט מאפיא לויפער אים דערלאנגט רעבע געלט...

און ווי האט געזאגט דער חכימא דיהודאי הגה"ק מסאטמאר שליט"א:

עס איז א סכסוך צווישן צוויי סוחרים, עס האט גארנישט מיט די תורה, און איך וועל נישט פארמישט ווערן דא.... שפ"י ודפח"ח!


תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 13/10/2008 22:57:56

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/10/2008 22:27 לינק ישיר 

ישראל שווארץ האט יעצט שאדן געהאט א האלב מיליאן דאלאר פאר'ן טאנצן מיט מאפיא לויפער.

יעצט האט ישראל שווארץ שוין איינגעמאלדן אז קומענדיגעס יאר פסח וועט ער נוצן נאר אריזאנא מצות א גאנץ פסח... ווייל נאר ער ווייסט דעם ריכטיגן אמת פון די אלע שקרים וואס ער האט געהאט א חלק דערין.

און דאס האב איך געהערט פון א זון פון ישראל שווארץ פערזענליך.
דער זון האט מיר געזאגט אז זיין טאטע האט נישט אנגעדרייט בפועל די סווימינג פול מעשה, נאר ער האט עס נישט געלייקענט... און אז זיין טאטע האט נישט געטראגן קיין אריזאנא ערד פאר יואליש שילדקרויט...

דער תמצית איז: מיר דארפען נישט ישראל שווארץ, נאר אזויפיל איז גוט צו זעהן אז די זאלי קאמפאני ווערט געפירט פון ראדיקאלע אמעראצים:
מנשה פילאפף, מאפיא לויפער, שילדקרויט, שימעלע וואלדמאן
ענבי הראזשינקע בענבי הראזשינקע דבר נאה ומתקבל. דער בוכ"ע זאל העלפן אז ס'זאל זיין א בנין עדי עד... דעמאלט וועט דער נועם השטריק מיט זיין לישקע גיין מדחי אל דחי.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/10/2008 15:57 לינק ישיר 

דאס האב איך באקומען אין אישית פון איינער וואס קען נישט שרייבן דא, און איך נעם נישט קיין אחריות אויף וואס עס שטייט דא, ווי אויך האב איך משפר געווען די פאר פלעצער וואס איז געווען אויסגדריקט מיט חוצפה קעגן א געוויסן גדול.




איך האב נישט קיין רשות כתיבה ביטע טי מיר א טובה אין לייג דאס אריין 

דזשוליאני אז די ווייסט נישט קיין פאקטן שרייב נישט קיין שרייעדיגע קעפלעך - צו פארלירן א האלב מיליאן דאלאר - האט ער געדארפט איבערבלייבן מיט צוואנציג טויזענט דערי לולבים - אין פאקט האט ער היי יאהר געשניטן טאקע כמעט די סכום פון צוואנציג טויזענט לולבים..., - זייענדיג באקאנט מיט די פאקטען לאמיך דיר פארציילען אז אין וויליאמסבורג און אין מאנרא האט ער טאקע פארקויפט עטליכע הונדערט לולבים ווייניגער - אבער חוץ פון דעם פאקויפט ער אין קראן הייטס לעיקוואוד בארא פארק פלעטבוש אוןאיבער די גאנצע וועלט ווי לאנדאן אנטווערפען און אלל אווער שווערע טויזענטער לולבים - און דארט ווייסט מען נישט ווער הגאון ר' זלמן לייב פילאפ און לויפער זענען

צווייטענס, אפילו אין וויליאמסבורג און מאנרא האט מען געזעהן היבש דערי לולבים - איך רעד שוין נישט ביי חסידי מהר"א וועלכע האבן געפאלגט דעת הגאון רבי מענדל זילבער שליט"א און ר' ישראל דוד הארפענעס האט יעדן געהייסן קויפן נאר דערי לולבים - נאר אפילו ביי די וועלכע זענען גענויגט צו מהרז"ל פארטיי האט מען אויך געזען אסאך בני תורה און בעל הביתישע אידן וועלכע האבן געהאט דערי לולבים - און די סיבה איז פשוט ווייל מהר"א מסאטמאר האט עס נישט בפירוש מתיר געווען דעריבער איז עס ביי זיי נישט געווארן אסור ביהרג ואל יעבור - און יא אסאך זאלונים האבן געהאט דערי לולבים - איך וועל דיר מגלה סוד זיין אז איינער פון מהרז"ל'ס קינדער האבן אויך גענוצט א דערי לולב! = = און פארשטייט זיך אינדערויסן פון סאטמאר קויפט מען דאך אפילו אתרוגים פון א"י סאו סך הכל האבן אפאר הונדערט בני יואלס  ר' זלמן לייב פילאפס חסידים און לויפערס נישט געקויפט קיין דערי לולבים - גאנץ שיין אבער פון דא ביז פארלירן א האלב מילאן דאלאר איז ווי צו גיין קיין אריזאנא צו די ווייץ 

יעצט צו ישראל שווארץ האט געמאכט אדער פארלוירן געלט - איך וואונטש דיר די זאלסט מאכן אזויפיל וויפיל ער האט פארלוירן... - ווי דערמאנט פארקויפט מען רוב סחורה אויף האלסעיל - און וואס מען פארלירט אין וויליאמסבורג מאכט מען אפ אויף די אתרוגים... - מען בעט צו עטליכע הונדערט דאלאר פער אתרוג ווער עס קען ר' ישראל שווארץ ער איז א געזונטער סוחר וד"ל 

דאס ביזטו גערעכט אויב ישראל שווארץ האט אמאל געטראכט פון זיין א זאלי ווייסט ער יעצט גיט ווער זיי זענען





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/10/2008 19:47 לינק ישיר 

איך האב עס אויך באקומען פין daryland פינקט ווי די האסט עס באקומען

ער האט נישט גערעדט אויף קיין איין "גדול "



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/10/2008 19:52 לינק ישיר 

פאלאנד


זאג אפען: איך ביו אן אהרוני, און מאך דיך נישט תאמעוואטע כאילו דו ביזט א נייטראלער.

אפגעזען די שאדן וואס ר' ישראל האט געהאט (וואס שולדיג איז דעם איז איין מענטש וד"ל) האט מען געזען דעם גרויסן כח פון די דייני ומורה צדק תלמידי ותלמידי תלמידיו פון רבינו הקדוש זי"ע, אז תלמידי וחסידי סאטמאר האבן זיך אפגעהאלטן פון נוצן די דערי לולבים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/10/2008 19:58 לינק ישיר 

דוד'ל טאמיר די וועסט געוויאר ווערן אז ישראל שווארץ האט נישט דערלייגט קיין געלט
דעמאלס וועסטו אויך האלטן אז די לישקעס פאוער איז ווערט זילטש

אין קען איינער פעסט שטעלן וואס רוב סאטמאר האט געניצט




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/10/2008 20:13 לינק ישיר 

איך בין נישט אין ישראל שווארצ'ס הויזן צו קענען וויסן וויפול געלט ער האט דערלייגט, אבער דאס איז זיכער אז גאר אסאך סאטמארע חסידים האבן היי יאר נישט געקויפט קיין דערי לולבים, טייל ווייל זיי הערן זיך צו צום דעת תורה פון די רבני הגרז"ל, און טייל ווייל כמעט אלע רבנים וואס האבן געשריבן אויף להיתר האבן אבער געשריבן אז עס איז אוודאי בעסער צו נעמען פון פלעצער וואס האט נישט קיין שום חשש און נישט נעמט שוין אריין מענטשען וואס באלאנגן נישט צום רז"ל פארטיי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/10/2008 20:21 לינק ישיר 

די ביסט א פלאנער שקרן דיין צונג אין דיין מוח זענען אין קאנפליקט



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דערי לולבים, א האלבע מעלאנע שאדן... געווינער און פארלירער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext