נו! עטץ גייטס וואוטען פאר דעם נואף חָם'ס אן אייניקעל?
בושה יכסה חרפתחם,
דער לינקער ליבעראל שטיצט כל מיני תועבה וואס איז אסור על פי תורה צו שטיצן און העלפן אים געווינען.
נשלח ב-17/10/2008 22:54
איך שטום צי מיט סקאט
נשלח ב-17/10/2008 23:37
אבאמא האט געהאט מזל אז די בענק האבן געקראכט און אויך אזוי נאנט צו די עלעקשאנס.
אנדערש ווי די אנגענומענע מיינונג בין איך איבערצייגט אז מעקעין וועט נישט פארלירן צוליב די שוואכע עקאנאמיע, ס'איז טאקע א וויכטיגער פאקטאר, אבער מעקעין וואלט עס געקענט איבערקומען אפילו אזוי נאנט צו די וואלן.
איך האלט אז די גרעסטע שוועריגקייט פארן מעקעין לאגער איז זיינע געצוימטע פינאנצן. די עקאנאמיע האט טאקע געשטעלט אבאמא פאראויס, אבער אויף די עלעקטארעל מאפע וואלט מעקעין נאך אלץ געקענט ארויסקוועטשן א זיג, אבער אן קיין געלט איז נישטא קיין חתונה, און ווער נאך ווי דער ספאנסאר פונעם "מעקעין-פיינגאלד" געזעץ ווייסט דאס.
מעקעין איז נישט קאפוט ווייל ער איז שוואך אין די נאציאנאלע פאולס, ער איז דערנאך ווייל ער האט זיך ארויסגעצויגן עפנטליך פון מישיגען, כמעט עמטליך ארויסגעצויגן פון אייאווע און ניו מעקסיקא, מ'זעט אים כמעט נישט אין פענסילוועניע, און ער דראפעט זיך אויף גראדע ווענט אין ווירזשיניע, וויסקאנסין, און נעוואדא. אפגערעדט פון זיינע שוועריגקייטן אין פלארידא און אהייא - בכלל פארלירן די רעפובליקאנער מאמענטום אין זייער וויכטיגסטע פעסטונג: די 'סובארב' אמעריקע.
דראדזש פרובירט טאקע מיט אלע כוחות איבערצושרייען די גאנצע "ליבעראלע עליט מידיא" [א אויסדרוק וואס שטייט זייער אין וועג פאר SNL], אבער ער קען בשום אופן נישט איבערשרייען אבאמא'ס געלט פלוס וואס ברענגט נישט נאר מער אדווערטייזמענטס נאר וועט אויך ארויסברענגען די מיליאנען פרישע - פאלשע און אמת'ע - שטימען וואס אבאמא האט אריינגעברענגט אין דעם שטימען פראצעס.