בית פורומים כל העולם כולו

באמבע! אבאמא איז לכאורה א באהאלטענער קאמוניסט!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/10/2008 07:26 לינק ישיר 
באמבע! אבאמא איז לכאורה א באהאלטענער קאמוניסט!

ס'קוקט אויס אז דער אקטאבער סורפרייז איז ענדליך אנגעקומען.

דראדזש האט ארויפגעלייגט א לינק צו א אוידיו אויף יו טוב וואו אבאמא דיסוקסירט אין 2001 וויאזוי מ'קען ברענגען אין אמעריקע עקאנאמישער טויש צו "רע-דיסטריביוטן" די עקאנאמישע סוקסעסן! אויסטערליש ענליך צום זאץ וואס ער האט זיך ארויסגעכאפט צו זשאו דער פלאמבער.

דער דורכשניטליכער צוהערער וועט דערטרונקען ווערן אין די פראפעסארישע געזעץ שפראך פון אבאמא, און ס'איז זיכער אז דער אבאמא קאמפיין וועט ארבעטן מיט אלע כוחות צו פארדרייען דעם באדייט, אבער פשטות שטעלט זיך ארויס אז אבאמא גלייכט קאמוניזם - ווייניגסטנ'ס סאציאליזם. און זיין ענטפער צום פלאמבער איז גארנישט קיין פליטת פה.

תוקן על ידי אפשר_דאך ב- 27/10/2008 7:22:51




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2008 17:23 לינק ישיר 

די שאלה איז נאר צו עס איז נאכנישט שפעט פאר מקעין צו בענעפיטירן דערפון



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2008 17:42 לינק ישיר 

ס'וועט אום קיין סאך נישט שאטן. ווען א רעפארטער האט אום איבערגעפרעגט לעצטענס אויב ער האלט זיך נאך צו דאס וואס ער האט געזאגט פארן פלאמער האט ער גענטפערט אז יא. ער פארעכנט דאס בכלל נישט אלס א פליטת פה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2008 19:25 לינק ישיר 

וויבאלד ער פארעכנט עס נישט ווי א פליטת פה מיינט נאך נישט אז ס'איז נישט געווען א פליטה, ווען ער זאל ווען טראכטן 2 מאל פאר ער רעדט וואלט ער דאס קיינמאל נישט געזאגט.

ער וויל נישט צוריק ציען וויבאלד ער וויל נישט נאך מער אויפבלאזן דעם סקאנדאל.

מיר געפעלט נאר וויאזוי אלע מידיא אגענטורן פרובירן צו מאכן א שווייג דערפון אדער עטליסט רעדן דאס ווייניגסטע, א חוץ פאקס ניוס וואס האט דאס אויף די העדליינס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2008 22:05 לינק ישיר 

אקוראט ווי פארגעזאגט, פרובירט דער אבאמא קאמפיין עס אפצעווארפן אלס פראפעסארישער רעטאריק וואס 'ווערט שלעכט פארשטאנען'.

ס'איז ממש אומגלויבליך וויאזוי די מידיא וואגט זיך צו פארווישן אזא מעכטיגע נייעס, און זיי האבן נאך די העזה זיך אנצוגעבן אלס אביעקטיוו. לכאורה וועט עס אבער היינט נאכט און מארגן יא היפש דאמינירן די נייעס נאך וואס מעקעין זעלבסט האט זיך באצויגן דערצו אין א קאמפיין אויפטריט.

אבער ווי מ'האט דא געשריבן איז עס לכאורה צו שפעט אמת'דיג צו העלפן פאר מעקעין, וועלכער איז צו ווייט אראפ, בפרט אין די ערטער וואו מ'האלט שוין פעסט אינמיטן שטימען. אבאמא'ס האלבע פריים טיים שעה דעם מיטוואך וועט נאכמער העלפן פארוואסערן די קאנטראווערסיע פון דעם אויפטריט.

ונזכה ונחיה ונראה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2008 22:16 לינק ישיר 

די ליבעראלן זענען גרייט חרוב צו מאכן דאס לאנד אבי אבאמא זאל אריינקומען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/10/2008 00:50 לינק ישיר 

משוגעים, ווערט נישט היסטעריש.

מען גייט קיינעם גארנישט טאן.

עס קומט נישט קיין האלאקאסט און מען גייט קיינעם נישט צונעמען זיין געלט.

איך פלאן צו שטימען פאר אבאמא נאר צוליב די אלע נארישקייטן וועלכע איך ליין זיך צוזאם אין דעם פארום.

פאליטיק איז א ספארט, און ווער ס'נעמט עס ערנסט דארף זיך גיין אונטערזוכן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2008 01:26 לינק ישיר 

א שאד טאקע אז ס'איז דא אזא זאך ווי הייד פארק, ווען נישט הייד פארק וואלט ווען מקעין געהאט א שטימע מער, שוין וואס קענען מיר טאן.

גערעכט טאקע אז פאליטיק איז א ספארט, אבער אין פאקט איז עס אויך נוגע פאר יעדען וויפיל טעקס ער גייט צאלן. בכלל, פאליסיס פון א פרעזידענט קען האבן א יארן-לאנגע עפעקט.

מעגליך מיינסטו צו זאגן אז אונזער וואוט וועט נישט אויסמאכן? אויף דעם געב איך דיר גערעכט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/10/2008 01:34 לינק ישיר 

 מען האט ביי קלינטאן די זעלבע נער'שקייטן גערעדט סאיז א שאד די מיה

ער גייט זיין א פיינע פרעזידענט אין די יודין וועלן זיך מחי' זיין מיט אימען, אין איך מיין טאקע די וואס נעמען די פוד סטעמפס אין די מעדיקעד זיי וועלן מאכן א לעבן אינטער די אבאמא פאליסעס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2008 01:57 לינק ישיר 

האקאבאו זיסער, דאס גענוי האב איך געמיינט.

אבאמא גייט נישט הרג'ענען קיין אידן. אויב עפעס וועלן מיר אלע מאכן א לעבן (חוץ די פלאמבערס צווישן אונז, ווייל זיי זענען דאך רייך...) פוד סטעמפס, מעדיקעיד, סעקשאן 8, און - והעולה על כולנה - טעקס קאטס פאר אלע ארעמע וואס צאלן נישט קיין טעקסעס.

עס קומען גוטע צייטן.

און רעכטער, נישט נאר מיין שטימע גייט גארנישט אויסמאכן נאר די שטימעס פון גאנץ יהדות ניו יארק גייען נישט אויסמאכן, מיר וואוינען אין ניו יארק פאר קרייאינג אוט לאוד, די סטעיט וואס האט געשטימט פאר'ן דעמאקראטישן קאנדידאט אפילו ווען אלע (היינטיגע) ליבעראלע סטעיטס האבן געשטיט פאר'ן רעפובליקאנער קאנדידאט.

חברה, הערטס אביסל ווייניגער שאן הענעטי, ליינטס אביסל ווייניגער די נארישע אינטערנעט פראפאגאנדע און זייטס פרייליך און צופרידן, צי אבאמא געווינט אדער ער פארלירט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2008 02:12 לינק ישיר 

זיסקינד נישט דיך האב איך געמיינט (ווען איך קען געב איך דיר א קניפ אין בעקל)

ווען אבאמא וואלט ווען געווען פרעזידענט די לעצטע אכט וואלטן ווייניגער יודען געזעצן אין תפיסות
ווייל ליידער זיצן אזויפיל יודען יעצט אין תפיסה וואס דאס אלעס איז צי פארדאנקען די בוש/ עשקראפט פאלסיס פין די לעצטע אכט אז מען דארף זיך אנעמען פאר די רייכע
זיצן יונגעלייטלך אין בחורים אין פלוידערן שטותים מיט הבל אין נעמען זיך אן פאר די מעכטיגע רעפאבליקנער גבירים ווי גלייך זיי קוקן אויך אינזער זייט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2008 02:44 לינק ישיר 

זיסקייט
האקאבו

עטס זענטס ביידע גוט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/10/2008 03:25 לינק ישיר 

איך האב זיך באצויגן אויסשליסליך צו די פאליטישע זייט פון די באמבאסטישע אויפדעקונג, וואס וואלט בשנים כתיקונם געווארן די העדליינס פון יעדע איינציגע מידיא אוטלעט, נאר יעצט ווען די מידיא מוז אריינברענגען אבאמא ווערט עס דערשטיקט מיט אלע כוחות.

בנוגע דעם ריכטונג פון לאנד, אלס איד גלויב איך אין "לב מלכים ושרים ביד השם", פונקט ווי איך גלויב אז יעדער מענטש האט אן אייגענע בחירה. פערזענליך בין איך בכלל נישט איבערצייגט אז קאמוניזם, ריכטיגער געזאגט סאציאליזם, איז ווירקליך אזוי שלעכט! - ווען זי איז באגרעניצט בלויז צו די עקאנאמיע, און ביז א געוויסן פונקט.

איבער די טעמעס איז תלוי וועמען מ'פרעגט. דעם דורכשניטליכן איד וואלט געווענליך נישט אנגעגאנגען די שטייער פאליסי פונעם פרעזידענט, ער וואלט נאר געוואלט וויסן איבער די הילף פראגראמען וואס די רעגירונג וועט צושטעלן, און דערפאר זענען רוב היימישע אידן געווען גענויגט צו דעמאקראטן. אבער פאר יעדן וואס מאכט מער ווי ברויט אויף הויזן יא שטארק נוגע די שטייערן פאליסיס, און ביי אידישע קינדער וואו צדקה איז אין שפיץ פון די היימישע עקאנאמיע איז שטארק וויכטיג צו וויסן פונקטליך וואס דער פרעזידענט פלאנט צו טון מיט אונזער געלט.

לדעתי איז דאס די הויפט סיבה פארוואס דער היימישער עולם איז לעצטנס געווארן מער רעפובליקאנער געשטימט. דער מציאות אין לעבן האט זיך פשוט געטוישט פון סעקשאן 8 צו ריעל עסטעיט בראוקער, וד"ל.

אין כמעט אלע אנדערע פאליסיס בין איך פערזענליך דוקא שטארק איינשטימיג מיט אבאמא, ספעציעל איבער ענערגיע.

איין זאך וואס איך בין באזארגט איז זיין שטעלונג איבער איראק, וואו דאס אריינגיין אין מלחמה איז טאקע געווען א פאטאלער טעות איבער וואס בוש וועט צעמאלן ווערן אין די היסטאריע, אבער אונטער די אומשטענדן האלט איך אז דאס 'אנטלויפן' פון דארט וועט ווערן אומריכטיג אויסגעטייטשט ווי אמעריקאנער שוואכקייט (ווער עס האט גוט צוגעהערט כאסאן נאסאראללא'ס רעדע צוויי יאר צוריק בעפאר די צווייטע לבנון מלחמה איבער די "שפין וועב" וועט פארשטיין וואס איך מיין, כאטש ער האט גערעדט פון מדינת ישראל).

תוקן על ידי - אפשר_דאך - 28/10/2008 3:25:40

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/10/2008 04:08 לינק ישיר 

זיסקייט די גייסט מאכן א לעבן אויף מיין חשבון מיין טעקסאס גייען ארויפגיין ווייל איך בין נישט אזוי קליג ווי די אנדערע שווינדלערס וואס עס דרייט זיך ביי די אידען ליידער

_________________

 
 




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-28/10/2008 05:39 לינק ישיר 

אגב, וואלט איך געוואלט צולייגן אז די דעמאקראטישע קריטיק אז דראדזש און פאקס ניוס פארדרייען עטוואס אבאמא'ס ווערטער איז ריכטיג און אויסגעהאלטן, אבער עס מינערט גארנישט פון דעם דראמאטישן אפעקט פון די אומגליקליכע ווערטער.

דראדזש שרייבט אז אבאמא זאגט אז ס'איז 'א טראגעדיע אז די געריכטן האבן נישט איינגעשטעלט דאס רע-דיסטריביוטן פון רייכטום און עקאנאמישער יוסטיץ'. פאקטיש נוצט אבאמא דעם אויסדרוק "טראגעדיע" אויף גאר אן אנדערע טעמע [פארוואס מארטין לוטער קינג האט נישט גענוצט די לאקאלע און פעדעראלע לעגיסלאטורן - און יא, אויך "קאמיוניטי ארגאניזעישאנס"... - אריינצוברענגען א טויש אינעם סיסטעם, און אלעס געלאזט פאר די געריכטן].

פארט נעמט דאס גארנישט אוועק פונעם פאקט אז אבאמא איז א באהאלטענער קאמוניסט (אפשר נישט גענצליכער מארקסיסט, אבער נאך אלץ אויסטערליש לינק), וואס מיט א בליק אויף צוריק קען די דאזיגע אודיאו טעיפ זיין די דעצידירנדע פאקטאר פון די וואלן (זיסע חלומות...).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/10/2008 05:54 לינק ישיר 

סאפט ענק צי זארגן איבער די אויסגאנג פין איראק
אין איך בעט  די יונגלייט זאלן זיך נישט זארגן איבער די גרויסע דעפציטן פין די רעגירנוג
איך רייס מיך פאר גלעכטער צי הערן ווי יונגעלייטלך בארדארס וואס ווייסן נישט ווען די ברית איז
אבער זיי באדערט די גרויסע חובות פין אמעריקע

שוטים

אינז דארף מיר חתונה תקונות
אינז דארף מיר פוד סטעמפס,מעדיקעד,וועלפיר,סעקשאן 8,
זאל מען טעקסן די רייכע ביז איבערן קאפ הא קעריס העכטסנעס וועלן די גרויסע אויל קאמפניס מאכן ווייניגער געלט 

זאל די ווייסע קראגען ארבעטער נישט ווערן אזוי הארב באשטראפט יא יא   
אין די קלינטאן יארן איז געווען א מחי'




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > באמבע! אבאמא איז לכאורה א באהאלטענער קאמוניסט!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext