אינטערעסאנטע וואלן סינעריא
די וואך איז פארגעקומען א פאלשע "סופרים קאורט" זיצונג איבער א מעגליכן אויסגאנג פון די וואלן וואס קען אנקומען אין סופרים קאורט.
נניח אז מעקעין באווייזט דאס אומגלויבליכע און האלט אן אלע סטעיטס פון בוש אין 04', אריינגערעכנט פלארידא, אהייא, נעוואדא, ווירזשיניע, נארט קאראליינע, אא"וו, אבער פארלירט דריי קליינע סטעיטס: אייאווע, ניו מעקסיקא, און קאלאראדא - וואס אין דעם פאל מאכט עס אבאמא מיט 273 עלעקטארעלס צו 265.
אבער די וואלן אין קאלאראדא איז נישט דורך גלאטיג, ס'איז געווען א גרויסער שניי און דער דעמאקראטישער וואלן דירעקטאר ציט אויס די וואלן מיט צוויי שעה צוליב דעם שטורעם. יעצט טענה'ט דער רעפובליקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט אז די דאזיגע צוויי שעה זענען געווען אומלעגאל, און ס'שטעלט זיך ארויס אז אבאמא האט געווינען די סטעיט אדאנק די שטימען פון יענע צוויי שעה.
אויב זאל מען פסל'ן די דאזיגע צוויי שעה, וואס דארף יעצט געשען? גייט מען איבערמאכן די וואלן? בלויז אין קאלאראדא?
אלנפאלס, דער נאכגעמאכטער 'סופרים קאורט' האט געאורטיילט לטובת אבאמא. ס'גלויבט זיך אבער אז אין פאקטישן לעבן וועט דער קאנסערוואטיוו גענויגטער סופרים קאורט שוין טרעפן א וועג צו גיין לטובת מעקעין, פונקט ווי ביי בוש אין 00'.
 |
|
|