ס'איז דא א ערנסטע מחלוקה אין די מידיא וויפיל פאמיליעס האבן דאס מיטגעהאלטן, אבער אין מיינע אויגן וועט עס נישט צופיל ווירקן אויף דעם אויסגאנג פון די וואלן. די איינציגע עכטע אויפטו דערפון איז געווען אז ס'האט אוועקגענומען דעם שמועס פונעם מעקעין קאמפיין, ווייניגסטנס פון די שמוץ זייערע.
אויפן עצם "אינפארמעישאל" איז פאראן חילוקי דיעות אין די מידיא צי ס'איז געווען גוט צי נישט. איך האלט אז די טיילן פון די פאמיליעס זענען געווען ר-י-ז-י-ג, אבער דארט וואו מ'זעט אבאמא זעלבסט שטעלט עס אים אראפ צו אראגאנט, בפרט מיט דעם ווייסן-הויז-אויסזעענדן צימער, וואס שטיצט מעקעינ'ס טענה אז אבאמא נעמט די וואלן אלס פארמאליטעט, און פארשטארקט אונטערן באוואוסטזיין דעם 'עליטיסט' געשטאלט וואס מעקעין וויל ארויפשמירן אויף אבאמא.
|
|