| נשלח ב-12/11/2008 17:04 |
|
| |
נחום ראזעבערג איז דא צוריק
די ערשטע
|
|
|
|
| נשלח ב-12/11/2008 17:13 |
|
| |
קאמענטערען וועגען נחום אליין זענען איבריג, עס איז אויסגעדראשען, אבער אינטערעסאנט איז ווער שטייט אינטער די גאנצע מעשה פין אים רח"ל שיסען.
עס ווייזט אז לכאורה איז ער גערעכט, ווייל אויב זאל די גאנצע מטרה פין אים וועלען שטיל מאכען פשוט די קינדער זאלען אים נישט הערען קיין ניוול פה, האט ער דאך שוין פארמאכט זיין האטליין, איז פארוואס וויל מען אים נאך אלץ שיסען??????
אלא מאי איז דאך געדרינגען אז פשט איז,
אז ער איז גערעכט!!!!
דא איז דא א געפעהרליכע זאך וואס קומט פאר, עס איז דא עסקנים וואס מאכען געלט אויף דעם, און זיי זענען די וואס ווילען אים שטיל מאכען.
צו מען דארף איינזעצען דער וואס איז מאנס קינדער אדער נישט, אבער אז דער שמוציגער עסקן זאל פארדינען אויף דעם, איז אן עוולה שאין כמוהו, און עס ליגט א חיוב אויף יעדער איינער דאס מבטל צו זיין.
די בלוט דורשטיגע עסקנים וואס לעבען אויף דעם וואס עס איז דא אנסים און שמוציגער מלמדים איז אן עוון בל יכופר.
די רבנים וואס האבען געחתמ'ט, ווער ווייסט צו דער אלטע פריינד (דער דאלאר) האט זיין נישט איבער גערעדט.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/11/2008 18:27 |
|
| |
ווי קומט עס אז יענער האט אים געשאסן און ער איז אזא הימלישער בר מזל אז עס האט אים נאר אנגערירט און ער איז ממש געראטעוועט געווארן פון א זיכערער טויט?
איז עס נישט איינע פון זיינע פילע דמיונות מיט וואס ער איז אזוי ברייט באשאנקען?
(איך האב אויסגעהערט נאר די ערשטע חלק. אפשר שפעטער ווייזט ער "קלאר" אויף אז עס נישט בלויז א סימן וואס ער האט זיך אנגעפארבט אויף זיין מח)
|
|
|
|
| נשלח ב-12/11/2008 19:08 |
|
| |
באראפארקער, די מעשה קוקט אויס צי זיין נישט געשטויגן און נישט געפלויגן.איז האסטו נישט אויף וואס צי ברויזן און קאכן.
פארוואס איך זאג עס איז ווייל געווענטליך וואלט ערגעץ ווען געווען די נייעס אז מען האט אים געשאסן, וואסינייעס וואלט זיך זיכער נישט אפגעהאלטן פון עס באריכטן, און אז ער האט עס נישט באריכטעט איס איין סימן אז די גאנצע מעשה איז פאלטש.
צוויי פארוואס ביי די גאנצע אינטערוויא דארטן ברענגט ער נישט קיין שום צעטל פון די פאליציי אדער א דאקטער אז די מעשה איז געווען, פונקט ווי ער ברענגט דארט צענדליגער אנדערע צעטליך?
דריי, איך האב געסערטשט אויף זייער סייט און איך טרעף בכלל נישט דארטן די נאמען נחום ראזענבערג, איז פון ווי שטאמט דער אינטערוויא בכלל???
פיר, אויפן אינטערוויא זעט מען ווי עס איז כסדר געשטיקעלט.
פינעף, פארוואס נאר ביים ערשטן אינטערוויא פרעגט ער דעם עולם כסדר צי ער מעג רעדן לאנג, און ביי די איבריגע נישט?
זעקס, פארוואס נאר ביי די ערשטע אינטערוויא זאגט ער צום סוף ביי ביי ווי ער ענדיגט און ביי די אנדערע נישט?
זיבן, געב א קוק ווי ער זיצט און זאג מיר אויב עס קוקט אויס ווי א קלאס רום פאר מענטשען,? ער זיצט ביים טיר ווי קיינער קען נישט אריין קומען, איך גלייב שווער אז דאס איז א אנגעגרייטע קלאס.
נאך אסאך קשיות איז דא, אבער בעיקר וואס איך וויל זאגן איז אז די שיסעריי איז לכאורה זיכער נישט געווען, און די אינטערוויא איז אויך לכאורה נישט געווען, סא ביטע קאך נישט אזוי שטארק.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/11/2008 19:58 |
|
| |
באראפארקער איך ווייס נישט וואס דיין ציל איז דא, די אליינס זאגט קאמענטארען וועגען דעם מושחת נחום איז שוין אויסגעדראשען, און א שורה שפעטער שרייבסטו עס ווייזט אז דער שגץ איז גערעכט... און די זעלבע זאך שרייבסטן אין אנדערען אשכול
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2507504&forum_id=16386 זיין האטליין איז שוין טאקע ב"ה פארמאכט אבער ער זיכט נאך כסדר חוטא ומחטיא צו זיין, למשל דורך א רעדיא שוי א.ד.ג. בנוגע דעם שיסעריי... איז זייער שווער צו גלייבען עס איז אמת, ווייל ווי געזאגט וואס איז נייעס און דוב הייקינד וואלטען זיך באלעקט די פינגער מיט אזא מעשה...
אויך ווי דערמאנט אין אנדערען אשכול אז ער איז געווען אויף א רעדיא שוי שוין נאך די כלומפרשטע שיסעריי און ער פארגעסען... דאס צו דערמאנען...
לשיטתך וואס די קויפסט אפ וואס ער זאגט ער האט דאך פונקט אזוי געהאט געזאגט אז די דראג דילערס האבען אים געסטראשעט מיט שיסען...
אדער אפשר גאר איז עס געווען א סאעסייד עטעמפט... דרך אגב האט ער שוין געבענטש גומל...?
|
|
|
|
| נשלח ב-12/11/2008 23:04 |
|
| |
עס איז נעבעך נישטא ווער עס זאל לאכען דער איז נעבעך אזוי קראנק עס לאזט זיך נישט זאגען,
נאר איין קליינע הערה יא:
עס איז ידוע אז איינס פון זיינע גוואלדיגע כשרונות איז, אז ער פארגעסט פין איין סקונדע אויפן צווייטען בלי גוזמה, אין אויף די דריטע חלק ( איך מיין די דריטע ס'קען זיין א אנדערע) זאגט ער אז די פאליס האט געהייסען קומען מארגען, אין א מינוט שפעטער זאגט ער אז מארגען האט די פאליס געזאגט אז זינטאג קומט דער דיטעקטעוו נישט אריין, קומט אויס אז ער איז געגאנגען בעצם יום השבת.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2008 07:14 |
|
| |
הערשעל, פאלאנד און אנדערע מגיבים שיחיו.
ווער ווייסט נישט אז נחום איז א בעל דמיון וואס מען קען נישט גלייבען,
ווייל ער איז מגזם און מאכט אויף, און ווען מען זאגט דאס, קען מען גרינג
צולייגען אז ער איז א מנוול, ווייל א מנוול חלום'ט שמוציגער דמיונות.
זיינע דרשות אויף'ן האטליין זענען געווען העסטס אינטרעסאנט ווייל זיין
דמיון איז געלאפען אויף א דרך מבהיל, און עס איז געווען גאנץ ענטערטענינג.
אבער צום ענין, ווייל נחום איז א בעל דמיון מיינט נישט אז די "משמרת
הצניעות" א.ק.א. די עסקנים וואס זענען עוסק אין די "ענינים" האבען נישט
מורא פאר אים. זיי ציטערען פאר זיין פיסק, ווייל סוף כל סוף איז ער זיי
מגלה פנים.
נחום איז גערעכט ביסודו של דבר,
א. מען נעמט די זאך אין די אייגענע הענט. די פעדעפיילס וואס זענען עבר
ושנה, דארפען גיין אין תפיסה, עס איז דא אויף דעם תשובות פין גענוג גרויסע
רבנים. דערווייל נעמען די עסקנים נאך געלט פין דעם "פעדעפייל" בתורת קנס,
און טאמער איז ער רחמנות קעיס, א "נעבעך" ברעכט מען אים אהן די ביינער
אויך, (מען דארף דאך געבען די שלעגערס עפעס צו לייזען אויך), און למעשה
איז ער אדיקדעט, און עס געשעהט נאך אמאהל, און אודך, די עסקנים מאכען
ווידער געלט און דער באקומט קלעפ.
ב. דער קינד, דער אנוס, דער "פגוע" ווי נחום רופט אים, ער באקומט נישט
קיין הילף בכלל, דער עולם גולם קוקט אים אהן ווי א פגום, און די חברים
אויך, נישט ווי איינער וואס איז בגדר נארמאל, דער פאלט אריין אין חלומות,
און עס שלאגט אויס אויף אופנים שונים ומשונים.
ג. דאס געשעהט אויך נאר אויב די טאטע סטראשען ער גייט גיין אין קארט, אויב
איז שא שטיל, קענען אנדערע מלמדים און מנהלים מדריכים משפיעים זיין שטיל
און לאזען די זאך לויפען כמו שהוא.
יעצט די פאקטען האט נחום דער גרויסע בעל דמיון איבער געגעבען צום פאבליק.
נישט איך און נישט קיין סאך אנדערער ליינער וואס ליינען דא, אדער אנדערע
וואס הערען פין די וואס ליינען דא האבען דאס ארויסגעהאט. אסאך ווייסען דאס
נעבעך יא, אדער ווייל איינער האט זיי געזאגט וואס ער איז אליין אנגעטראפען
געווארען נעבעך, אדער טאמער ער איז אמאהל געווארען אנגעטראפען. נאר וואס
דען? זיי האבען נישט ארויס, זיי מיינען זיי זענען א יחיד, אדער אז דער
פארציילען איז א יחיד, זיי ווייסען נישט אז עס געשעהט גאנץ אפט. רבותי (די
וואס זענען יונגער פין פערציג בעיקר) דערמאנט אייך גוט פין די קינדערעשע
יארען, דערמאנט אייך דער מאדנע מדריך, דער ענגליש טיטשער, דערמאנט אייך
און איר וועט באקומען די בילד.
עס איז איבריג צו זאגען, איינער וואס האלט אז דער מהלך איז ריכטיג, טראכט
נישט פאר די גוטס פין די קינדער, און אפילו פין די מלמדים, אדער מאנסים,
די מהלך וואלט באדארפט צו זיין, אז
א. א מלמד וואס איז איינמאל עובר, מיז תומ"י אפגעזאגט ווערען פין זיין
שטעלע. און קיין איין אנדערע תלמוד תורה טאר אים נישט אננעמען. (נישט ווי
מאשלא למשל, וואס וויל נישט אפזאגען א מלמד וואס איז נעבעך נתפס לאותו
דבר, און זאגען אז זיי זענען נישט מקבל לשון הרע). נאר עס זאל זיין א
סיסטעם, א תלמוד תורה זאל אפיציעל זאגען פאר די אנדערע תלמוד תורה וואס
פרעגט, יא ער איז נישט ראוי צו זיין א מלמד, אדער אוודאי א פריוואטער
מלמד. נישט פראבירען צו לייגען אינטער די קארפעט.
ב. מען זאל שאפען געלט פין גבירים און נדיבי הלב, אז זיי זאלען באצאלען
פאר דאקטוירים זאלען היילען די נפגעים. אדער לכה"פ לאזען די ממשלה
באצאלען, די מעשה מיט דעם דאקטער טווערסקי איז אמת. זיי בריוו איז געווען
איבעראל.
ג. די מנהלים זאלען האבען א חוב, און וויסען אז אויב וועט מען זיך דערוויסען פין א מלמד וואס איז עבר ושנה, איז ער אחראי.
לגבי דעם עיקר, איז נחום גערעכט, פארשטייט זיך אז ער פאבריקירט, און ער איז א בעל דמיון, אפשר א מושחת.
לאידך גיסא, לאמיר אריין קלערען, קיינער ווייסט נישט צו מען האט אים דערשאסען אדער נישט, אבער, לאמיר זעהן.
א. ער האט פארמאכט זיין האטליין. פארוואס? ער האט געזאגט וועגן א ביקס, און עס שווער צו גלייבען אז עס איז דא אן אנדערע סיבה.
ב. איז די משמרת הצניעות בכח צו שיסען א מויל מאכער ווי נחום ראזעבערג??
מען דארף זיין א היבשער "דן לכף זכות" צו קענען זאגען ניין. מיר ווייסען
וואס פאר א מין דאס איז.
ג. עס איז נישט די פשט אז יעצט מאכט ער אויף א מעשה און זאגט דאס, ער האט דאס געזאגט באותו שעה און עס איז געווען א מדובר וועגען דעם דא http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2507504&forum_id=16386 די צייטונגען זאגען נישט יעדער מעשה ווי איינער איז דערשאסען געווארען. און בפרט ווען מען קען דעם נחום פאר א בעל דמיון. אבער עס מיינט נישט אז איז נישט געשעהן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2008 14:44 |
|
| |
חחחחחחחחחחחח.............. עס איז מיר גאנץ אינטערעסאנט צו הערן אז עס
זענען נאך דא אפאר מענטשן וואס גלייבן אן אות פון נחום'ס פלאפלערייען.
דער
מענטש איז נעבעך פאררודערט ביז גאר, און דאס איז גאנץ א קליינע סוד. אילו
די משמרת הצניעות איז אויפגעשטעלט געווארן נאר אויף צו פארמאכן זיין
האטליין, דיינו. דער מענטש האט חרוב געמאכט מער ווי געבויעט, און זיינע
רעדעס זענען געווען גיפט פארן יוגנט.
דאס איז זיכער אז דער פראבלעם
איז דא, און דאס איז זיכער אז מען דארף עס באהאנדלען. דאס איז אבער אויך
זיכער אז לא זו הדרך, און עס זענען דא זאכן וואס הצניעות יפה להם. וואשן
די שמוץ אויפן גאס פאר די אויגן פון אלע קינדער איז נישט קיין גוטער וועג.
ווען
נחום וואלט נאר געהאט א משהו שכל וואלט ער געפונען צו וועמען צו רעדן. נאר
וואס? קיינער וויל נישט רעדן צו אים, און גערעכט זענען זיי. ווער עס קען
נחום נאך פאר ער האט געעפענט זיין האטליין ווייסט אז אויב מען טוט נישט
פונקט ווי זיין דעת תורא פארשטייט דאן גייט ער ארויס מיט פאשקעווילן און
אנדערע בלעקמעילינג טאקטיקן צו דערגיין די יארן פון זיין קרבן. ער האט דאס
געטון פאר צענדליגע קהילות וואס האבן אים נישט געוואלט נעמען פאר זייער
מקוה עקספערט. ער האט ארויסגעלאזט שמועות אז עס איז נישט כשר, און כאטש
וואס טייל מאל איז ער געווען טיילווייז גערעכט, האט ער געהאנדלט ווי א
שמוציגער יונג מיט שמוציגע וועגן.
עס איז טאקע אמת אז דער
היינטיגער דור איז פול מיט עסקנים און רבנים וואס זענען אינטערעסירט נאר
אין געלט און נאכמאל געלט, און די טובה פונעם ציבור שטייט נישט פאר זייערע
אויגן. מיר היימישע אידן וואס דאווענען אין היימישע בתי מדרשים ווייסן אז
עס זענען אבער דאך דא רבנים וואס זענען נישט פון די קליקע און זענען יא
ערנסט און ערליך. עס איז נאריש צו זאגן אז אלע רבנים זענען אויסגעשפראכענע
געלט גייציגע אידן. יעדער איינער פון אונז קען אנצייגן אויף כאטש צוויי
דריי רבנים וואס זענען א יוצא מן הכלל, און זייער השפעה וואלט געקענט
אויפטון גדולות ונצורות אויב מען וואלט זיי אנגאזשירט צו די מערכה.
נחום
פרובירט צו פארבן א פאלש בילד, און טוט איינשליסן אלע רבנים אונטער איין
שירעם. איינער וואס לעבט מיטן מציאות ווייסט אז עס איז נישט אזוי, און
אונזער דור איז נאך ברוך השם געבענטשט מיט געציילטע ערליכע ערנסטע אידן.
די
גרעסטע שאדן פון נחום איז אז ער פארמאגט נישט קיין שכל. עס איז נישט קיין
פראגע אז כלל ישראל דארף אזא איינעם ווי נחום ראזענבערג וואס זאל שרייען
און פארפירן קעגן פראבלעמען אפילו אויב עס לוינט זיך אים נישט פערזענליך.
דער צוגאנג וואס ער נוצט אבער איז זייער נישט אידישליך און אויך נישט
לאגיש.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2008 20:54 |
|
| |
בארפארקער דו מאכסט מיר לאכן, ווי עס שיינט פון דא און פון אנדערע פלעצער האסטו עפעס א געוויסע נגיעה פאר נחום, און צוליב דעם פראבירסטו צי דעקן זיינע מעשים טובים.
און יעצט צום ענין וועגן זיין שיסעריי, יעדע שיסעריי ווערט ריפארטעט אויף די נייעס אפגעזען ווען און ווי עס איז געשען, פארשטייט זיך אז אין די גרויסע נייעס סטאנציעס ווערט עס פארלוירן ערגעץ אין קליינע שורות.
אבער ווען עס זאל ווען זיין סתם אזוי א שיסעריי אין בארא פארק אדער אין וויליאמסבורג, וואלטן עס אלע היימישע נייעס ברענגער באריכטעט, אינקלאדינג קול מבשר וואסינייעס ישיבה וועלט וכו'.
נאך איין סניף און דאן די סך הכל, וואסינייעס איז באקאנט אז זיינע פעווערעטס זענען היציגע נייעס אין די אידישע קאמיאניטי ספעציעל ווען עס איז דא עפעס א גוט שטיקל לשון הרע אויף איינעם, פארדעם האט ער עטליכע מאל געהאט באריכטן איבער נחום, און יעדע מאל וואס עס איז געווען עפעס נייעס וועגן נחום האט וואסינייעס געשפירט פאר וויכטיג עס צי באריכטן מיט זאפט, צי א קול קורא צי זיין אינטערוויא אויף זאב ברענער וכו'
יעצט לאמיר מאכן דעם סך הכל:
ווען א שיסעריי פאסירט ווען אין וומ"ס אויף סתם א מענטש על לא עול, וואלט דען וואסינייעס נישט געהאט קיין באריכט?!
אוודאי אז יא.
אפילו ווען דו זאלסט זאגן אז סתם א שיסעריי אין וומ"ס וואלט ער נישט באריכטעט, אבער ווען א איד ווערט געשאסן אין וומ"ס וואלטן זיי דען נישט געהאט א באריכט?!
אוודאי אז יא
ק"ו ווען א אידיש קינד ווערט געשאסן דורך א צווייטן איד, וואלט וואסינייעס נישט געהאט קיין באריכט?!
אוודאי אז יא
יעצט ווען א איד ווערט געשאסן אין וומ"ס דורך א צווייטן איד פונקט דעמאלטס האבן זיי עפעס פארגעסן עס צי באריכטן?!?
און נישט סתם א איד, נאר איינער פון זייערע פעווערעטס וואס האט זיי שוין עטליכע מאל געגעבען נייעס, איז עס נישט קיין גוטע סחורה פאר זיי???!!!
די קשיא שרייט עד לב השמים!
אבער באמת פאר ווער עס קען נחום, עס איז נישט קיין קשיא.
נאך איין פראגע וואס איך האב שוין געפרעגט אין מיין פאריגע תגובה, אויב נחום האט געגעבן א שיעור אין יענע אינסטעטאשן, פארוואס ווערט זיין נאמען בכלל נישט דערמאנט אויף זייער סייט?
קען זיין איך קען נישט גוט זיכן, אדרבה זיך דו עס אויף און ברענג עס אהער.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2008 23:16 |
|
| |
פאלאנד
איך וואלט געזאגט אז עס איז מער סברא אז די האסט א נגיעה פאר די משמרת הצניעות, ווי איך פאר נחום ראזענבערג, ודו"ק.
און צום ענין, דיינע קשיות זענען באמת גאר שוואכע קשיות, וואס פרעגסטו אייגנטליך, פארוואס עס איז נישט געשטאנען אין צייטונג?
מורא'דיג.
די תירוץ איז, ווייל נישט יעדע אטעמפט צו שיסען שטייט אין צייטונג.
פשוט.
ווען ער גייט אין פאליס סטעישען, און זיי מאכען נישט א קעיס קען עס זיכער נישט שטיין אין א צייטונג.
און רבותי, ער איז גערעכט מיט דעם אז די פאליס איז קאראפט, די ווייסט דאס מן התסם פין פריער, אלזא וואס גענוי איז דיין מטרה???
מיין מטרה איז פשוט, נחום האט גערעכטע טענות אויף די סיסטעם פין משמרת הצניעות, און איך גלייב אז די עסקנים זענען אזעלכע רשעים אז זיי "קענען" ארלעדיגען אז מען זאל אים שיסען.
איך וואלט נישט געווען איבעראשט ווען מען שיסט אים אויף טויט אז די וואלסט געווען דא אויף היידפארק, און געשריגען "באבוד רשעים רינה" און צוגעלייגט אז מען "זעהט" בחוש ווי "מן השמים" האט מען אים אנידערגלייגט.
יעצט גיי און רעד דיך איין אז דער געווענליכער עולם האלט פין די עסקנים מער ווי אש און פראך.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2008 16:32 |
|
| |
http://www.nydailynews.com/news/2008/11/17/2008-11-17_pervfighting_rabbi_nuchem_rosenberg_they.html
Perv-fighting rabbi Nuchem Rosenberg: They're out to kill me
BY SIMONE WEICHSELBAUM
DAILY NEWS STAFF WRITER
Monday, November 17th 2008, 9:55 PM
Egan-Chin/News
Rabbi Nachum Rosenberg said he has received death threats from the Jewish community for opening a help line for victims of sexual abuser. He said the cut on his forehead is from being hit on Oct. 17th on Berry street in Williamsburg.
*-- ARTICLE CONTENT START *
A Brooklyn Rabbi who has been outspoken about child molestation in the city's ultra-Orthodox Jewish community said yesterday he's been targeted with death threats.
Nuchem (Nathan) Rosenberg, 58, complained outside the 90th Precinct in Williamsburg that cops have ignored his pleas for help since the summer.
The threats were so frightening, Rosenberg said, that he closed down a hotline he had set up in February 2007 for victims of abuse.
"And I am still afraid for my life, even though the hotline is closed, because they are still after me," Rosenberg said.
The NYPD confirmed that Rosenberg has gone to cops three times since July but said there is little they can do.
The threats came after a rabbinical decree, in the form of flyers written in Hebrew, popped up across Williamsburg in August calling him a liar, Rosenberg said.
"If you see him, scream [dirty Jew], [evil person], [immoral] & spit on him," read one text message sent to Rosenberg's phone.
Death threats came in calls to his cell phone, he said.
Sexual abuse in the Hasidic community is rarely discussed and not commonly prosecuted in secular courts.
In one unusual case, Rabbi Yehuda Kolko, a teacher at Brooklyn's Yeshiva Torah Temimah in Brooklyn, was charged with sexual abuse in 2006. He ultimately pleaded guilty to child endangerment.
Assemblyman Dov Hikind (D-Brooklyn) has recently begun collecting his own stories of pedophilia in the ultra-Orthodox world and claims he has "hundreds" of complaints against rabbis and other Orthodox leaders.
In September, a psychologist stepped down from a task force that Hikind formed to explore the problem, saying he had been threatened. "I was prosecuted in the street for daring to join such a venture," Dr. Benzion Twerski told Jewish Week.
"We all live here in prison," Rosenberg said. "We can't talk about what is bothering us."
תוקן על ידי kidishl ב- 18/11/2008 16:29:57
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2008 18:05 |
|
| |
פארוואס שרייבט נישט די דעילי ניוז אז מ'האט אים געשאסן?
זיי שרייבן נאך אז ער זאגט אז ער האט סטראשונקעס???? און "ער זאגט" אז די פאליציי מאכט זיך נישט וויסענדיג...
די פאליס זאגט גארנישט ! מ'שיסט א מענטש און ס'איז שטיל?
איך וועל אייך מגלה זיין א גרויסן סוד וואס נחום פראבירט ביז היינט צו באהאלטן.
און דארט שטעקט די סיבה פארוואס ער האט פארמאכט די האטליין.
ס'איז אמת אז מ'האט אים געסראטשעט.
אבער נישט מיט קיין ביקס חלילה. נאר מיט סאך ערגערס...
מ'האט אים קלאר געזאגט אז אויב ער לאזט אפען זיין האטליין, וועט מען פארציילן "ווער" נחום ראזענבערג" איז, און מיט וועמען דער מושחת האט געהאט צו טאן...
דאס האט אים פארמאכט זיין פיסק !
און דאס ווייס איז קלאר מיט א ידיעה ברורה.
|
|
|
|
|