נאכן מספיד זיין הגז"ל א לאנגע צייט נעכטן אין ראדני, ארויסברענגענדיג וואספארא מורא'דיגער סבלן הגז"ל איז געווען די אלע יארן, און וואספארא מורא'דיגער בעל יסורים ער איז.. האט ער געברעכן די נייעס אז ... מער נישט!! דער רבי האט נישט קיין סבלנות... עת לעשות לה'...
ס'איז נאר מורא'דיג אינטרעסאנט, אז נאכן מסביר זיין א שעה צייט אז די בית החיים באלאנגט אויסדריקליך פאר זיי.. און דאס וואס הנהלת קיט"ל זאגט אז מאיינקאסירט געלט פון די משפחה פון א יעדען בר מינן.. איז סתם ליגנט.. צו פארפירן די מוחות פון די "תמימי לב"... נו? אויב אזוי וואס איז דאס וואס ער מעלדט אז "מ'גייט נעמען שריט"....???
שוין ווייטער איז ער דער געוואונער וואס גייט אין קאורט...
נשלח ב-17/11/2008 16:33
אויסצוגן מדברי הנ"ל: "מיר געדענקן נאך אלע א' חיי שרה תש"ס לפ"ק..... האט דער רבי ז"ל דער ברך משה געזאגט... איך וויל ר' זלמן לייב פאר רב דא אין וויליאמסבורג..."
שטעלט זיך ווידער די פראגע: נאר וויליאמסבורג?
נאר רב?
א איד זאגט מיר היינט אז עס איז געווען דארט פיל א גרעסערע עולם ווי ביי די הקפות...
דער ציבור איז ארויסגעגאנגען שטארק צובראכן זעהנדיג פאר א פאקט אז דער "בית החיים" באלאנגט נישט פאר זיי, נאכדעם וואס מ'רעדט זיי שוין איין די לעצטע חדשים אז קיינער צאלט נישט פאר די אהרונים. אבער מיט דעם אלעם איז געקומען די צייט צו נעמען שריט! לא עת לחשות, ולא עת לדבר, עת לעשות לה' האט ער אויסגעשריגן.
אינעם גאנצן דרשה האט ער נישט דערמאנט קיין איין ווארט אז ער פלאנט צו ריפן די אנדערע צד צום דין תורה. ער איז נאר געווען פארנומען אראפצושליידערן פון זיך דעם צוגעקלעבטן נאמען "הולך בערכאות" מיטן טענה אז ר' דוד עקשטיין איז שוין אויך געגאנגען אין קאורט ביי געוויסע פעלער.
ער האט געבעטן אז אין פאל פון א צרה זאל מען "ווייטער".. צאלן אויסדריקלעך פאר די זאלי'ס. "קיינער האט נישט פארלוירן זייער זכות" זאגט ער. מיר איז נאר א ווינדער וואס ער פלאנט צו טוען מיט די מענטשן. דאס אז מאנטאג וועט מען עס אי"ה ערלעדיגן האב איך שוין געהערט, אבער עס האט גאר ווינציג געהאלפן.
לדעתי גייט שאול פערלשטיין אריין אין רעקארד פארן רעדן הויעך אויף א מייק פאר אזא לאנגע צייט, א קייט פון שטותים און הבל.
נשלח ב-17/11/2008 18:25
שפיטצער
אז האסט נישט געהערט די דרשה רעדט נישט.
ער האט קלאר געזאגט אז ער האט זיך געוואלט דורכקומען מיט די הולכי בערכאות, אבער עקשטיין האט אים צוריקגעוויזן.
נשלח ב-17/11/2008 18:29
ער האט עס אליינס געזאגט????
נשלח ב-17/11/2008 18:29
דוד'ל ,איך מיין אז דו ביסט דער וואס האט נישט געהערט די דרשה אויב זאגסטו אז פערלשטיי ןהאט דאס געזאגט.
ער זאגט אויסדריקליך אין זיין הקדמה אז "ס'זענען דא צווישן אונז 'תמימי לב' וואס פרעגן אז 'אפשר דאך' זאל מען זיך מיט 'זיי 'אראפזעצן?... וועל איך דא מסביר זיין און אלעס פארענטפערן פארוואס נישט..." עכ"ל, מילא וואס דרייסטו מיר א קאפ אז ער האט געזאגט אז ר' דוד עקשטיין האט דאס צירוקגעוויזן?
דרך אגב זעה איך אז ר' דוד מאכט ב"ה גרויס פראגרעס אינעם קעיס וועגן די רעביצין'ס הויז, אז פערלשטיי ןהאט געפונען פאר וויכטיג דאס צו באטאנען ביי זיין רעדע..
תוקן על ידי קהל_יטב_לב ב- 17/11/2008 18:29:04
נשלח ב-17/11/2008 18:31
אין בג"ץ אין בני ברק אן א היתר איז ער דעמאלטס נאך געווען א סבלן אדער נישט?
ווען מ'איז אריין אין קאורט צו אמבראסיא אן א היתר בי"ד איז ער אויך געווען א סבלן?