באמבע!!! שארפע מכתב להולכי ערכאות
הרבנים הגאונים די בית דין צדק פון הגאון הגדול הרב לאנדא שליט"א אב"ד בני ברק, הגאון רבי מענדל שפרן שליט"א, הרב רייך שליט"א האבן געשריבען א שארפע מכתב צו דעם תימנער ד. מ. טאלער, ווי זיי שרייבן אים: אזוי ווי ער האט אויפגעהערט צו צאלן די געלט פאר די זאל פון התמר צו מוסדת וקהלת יטב לב דסאטמר אין בני ברק, מיט די טענה אז די "עכטע עכטע עכטע" הנהלה פונעם מסור מ. וואלערשטיין, און הולך לבג"ץ מיכעלע שלעזינגער האבן אים באפוילען נאר זיי געבן די געלט און נישט פאר רבי משה חיים ווייס.
אשר ע"כ ווילן זיי אים מעלדן אז די זאל באלאנגט פאר די קהלה און די מוסדת הק', און זיי געבן אים 10 טאג וואס ער דארף געבן פאר די מוסדות הק' די געלט פון די 3 חדשים וואס ער איז שולדיג, אז נישט וועט אים זייער ביטער זיין.
אויך שרייבן זיי, טאמער ער וויל גיין צו דין תורה מיט די הנהלת המוסדת קען ער גיין זבל"א.
זיי שרייבן אויך אז די עיקול בערכאות של הציונים, וואס די זאליס הולכי בג"ץ האבן ארויף געלייגט אויף איין ליידיגע לאט אין שיכון, האט נישט קיין שום היתר דאס צו טאן.
די בריוו איז אן היסטארישע בריוו דאס אז די דריי רבנים זאלן אינאיינעם אונטערשרייבען אויף דעם מעכטיגן פסק, און דאס איז א סוף פסוק צום תימ'נער טאלער, און א טויט קלאפ פאר די זאליס, און פאר ר' זלמן פרעזענדליך וואס איז ביזי כסדר מיט בני ברק עס אונטערצוברענגן, און קאלט יעדע וואך טאלער און זיין ווייב זיי מחזק זיין.
מיכעלע שלעזינדער האט זינטאג געריפען הרב לאנדא ווי ער האט אים געזאגט אז ער איז בעל הבית אויף די מוסדות און ער הייסט טאלער באצאלען נאר פאר אים, הרב לאנדא האט אים געזאגט איר מיינט איר האט געריפען א א גן ילדים, מיכעלע האט אים מיאוס באשריגען מען וועט אייך לערנן טאנצען איר זענט א ליבאוויטשער וועגן דעם שרייבט מען אזאנע בריוון.
די זאליס דרייען איצט איבער א וועלט אז די רבנים זאלן צוריק ציען, אבער זיי ווייסן נישט אז די רבנים זענען נישט קיין לאולייף אזוי ווי זייער ראסס סט. פורים בי"ד וואס ווערט אנגעפירט דורך א געוועזענער פאסט ארבעטער.
 |
|
|