דער שמוציאן האט שוין צוגעלייגט צו די דברי כפירה
[The views and opinion of this article is solely of the writer Rabbi Avi Billet, and doesn't represent in anyway the views of VIN News, we merely bring the writings of Rabbi Avi Billet]
ווער ס'האט א השפעה אויף די פירערס פון דעם סייט זאל זיי מעורר זיין מיט שיינעם אז מען טוט נישט אזוינס.
חוזק מאכן פון די הייליגסטע און טייערסטע ביי אונז איז איבערגעגאנגען יעדן איינציגן לימיט.
נשלח ב-19/11/2008 17:31
ער שפירט שוין אביסעלע מער היץ
שוין נאכאמאל אויסגעבעסערט..
[The views and opinion of this article is solely of the writer Rabbi Avi Billet, that was printed in this weeks newspaper the Jewish Star, and doesn't represent in anyway the views of VIN News, we merely bring the writings of Rabbi Avi Billet - Avi Billet appreciates your comments and thoughts at [email protected]]
נשלח ב-19/11/2008 17:41
איינער זאגט מיר דאס קומט נאך אן אינוועסטיגשען פון דוב הייקינד און VIN...
[The views and opinion of this article is solely of the writer Rabbi Avi Billet, that was printed in this weeks newspaper the Jewish Star, and doesn't represent in anyway the views of VIN News, we merely bring the writings of Rabbi Avi Billet - feel free to debate this issue in the comments section in a respectful way with common" "sense, no ranting and raving.
מזעט בחוש ביי דעם שמוציאן היום אמור לו עשה כך וכ"ו
קודם באשמוצט ער אונזערע רבנים, היינט שעמט ער זיך שוין נישט צוברענגען דברי כפירה און נאך בעטען רעספעקט... רח"ל
נשלח ב-19/11/2008 19:08
אפשר איז דא ע' פנים לתורה.
אז ער זאגט אן אנדערן פשט הייסט אז ער קריגט אויף רש"י?
זיין עיקר פאינט איז חוזק צו מאכען די וואס נעמען אן רש"י שנכתב ברוח הקודש
ציליב וואס עס מאכט נישט קיין "סענס" פאר זיין פראסטע דעת
אויך לאכט ער אפ וואס יעדע חדר אינגעל ווייסט אז אברהם אבינו בן שלוש היכר את בוראו
נשלח ב-19/11/2008 22:57
וואס פארפירט איר אזוי?
ער שרייבט נישט קיין שום דברי כפירה און ער איז נישט דער בעל פלוגתא פון רש"י הקדוש.
ליינט אביסל וועט איר זעהן. קודם כל ווען עס קומט צו די יארן פון רבקה זאגט שוין תוספות אין מסכת יבמות אז ס'איז דא "מדרשות חלוקות" איבער איר יארגאנג ווען זי האט חתונה געהאט, ער איז דער ערשטער בר פלוגתא.
און איבער די יארגאנג פון יצחק ביי די עקידה זאגט די אבן עזרה אז עס מאכט נישט קיין סענס אז ער איז געווען 37 יאר, ער איז מבאר עטליכע טעמים פארוואס און ער זאגט אז אויב איז דאס קבלה וועט ער דאס מקבל זיין אבער עס לייגט זיך נישט אויפן שכל.
אודאי ווייסן מיר אז רש"י הקדוש איז געשריבן געווארן מיט רוח הקודש און דאס נעמען מיר אן, אבער עס זענען געוען אסאך וואס האבן געזאגט אנדערש פשט.
נשלח ב-19/11/2008 23:10
שפיטצער
ליינט איבער מיין לעצטע תגובה
נשלח ב-19/11/2008 23:27
דא האט איר די תוספות אין יבמות ס"א קוקט אין ד"ה וכן הוא אומר והנערה טובת מראה. תסו' ברענגט דארט א שיטה פין ה"ר שמואל חסיד משפיר"א, אז רבקה איז געווען 14 יאר ווען זי האט חתונה געהאט.
די אלע וואס פארענטפערן דעם כופר קענען נישט קיין ענגליש.
ער ברענגט נישט סתם אזוי נאך די אנדערע מפרשים וואס האלטן אנדערש. איך וואלט נישט געהאט קיין שום פראבלעם דערמיט ווען ער וואלט דאס געטאן. וואס ער טוט יא איז אז ער פרעגט אפ רש"י. ער מאכט חוזק אז רש"י האט געלערנט פאלש פשט און ווייזט אויף אז רש"י'ס פשט לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל.
דאס איז עקזעקטלי וויאזוי די משכילים האבן מבאר געווען די תורה.
נשלח ב-20/11/2008 17:02
זיסקייט, אנטשולדיגט, אבער די סברות וואס ער זאגט, זאגט ער נאך פון איינער וואס זאגט עס מיטן זעלבן לשון.
דער "אבן עזרה" שרייבט דארט בזה הלשון:
"ואם דברי קבלה נקבל ומדרך הסברא אין זה נכון"
נאכדעם שרייבט ער:
"ואחרים אמרו שהיה בן חמש שנים גם זה לא יתכן בעבור שישא עצי העולה והקרוב אל הדעת שהי' קרוב לי"ג שנים"
דער אבן עזרה שרייבט איבער וואס עס לייגט זיך אויפן שכל, ממש אזוי, און דער שרייבער אויף די אינטערנעט שרייבט פשוט נאך די ווערטער פונעם אבן עזרה. ער האט דאס נישט אויפגעטראפן, עס האט גארנישט מיט זיין שכל, ער שרייבט פשוט נאך וואס דער אבן עזרה שריייבט.
עכ"פ אזוי קוק איך עס אן.
נשלח ב-20/11/2008 23:03
שפיצער, איך בין נישט דער אבן עזרא, דו ביסט נישט, און דער ראביי איז זיכער נישט. דער אבן עזרא איז געווען א ראשון און ווי באקאנט טייטשט ער אויס די תורה אויף א וועג וואס ער האט בדעת קדשו איינגעזען אלס פשוט פשט. און ס'איז נישט קיין שום פראבלעם צו לערנען דעם אבן עזרא'ס פשט, אדער תוספות'ס פשט. די פראבלעם איז אויפצואווייזן פארוואס רש"י האט נישט געוואוסט וואס ער האט גערעדט ("ווייל איך האב נאכנישט געזען א דריי יעריג מיידל וואס קען געבן וואסער פאר א קעמל", עפ"ל.)
דער ראביי ברענגט נישט דעם אבן עזרא'ס פשט קעגן רש"י'ס נאר זיין אייגענעם קעגן רש"י'ס און ער ווייזט אויף מיט זיין אייגענעם ראבייאישן שכל אז רש"י האט זיך טועה געווען און פאלש אריינגעלערנט פשט אין די תורה, רח"ל מהאי דעתא, אזוי צו שרייבן אויף רש"י הקדוש וואס מיר גלייבן און ווייסן אז ער האט מחבר געווען זיין פירוש מיט רוח הקודש.
איך רעד שוין נישט פון דעם אז דעם ראביי'ס גאנצע הסבר איז נישט אויסגעהאלטן. אויב ווילסטו פארגלייכן די הייליגע אבות ואמהות צו אונזערע היינטיגע שוואכע קערפערס, וועט דיר אויפקומען א שטאק מיט קשיות. וויאזוי קען זיין אז מענטשן האבן געלעבט דאן אזוי לאנג, געהאט קינדער אזוי שפעט (ביי די 90 יאר!) און נאך און נאך. פארוואס יענץ איז אים נישט שווער?
און ווי איין מגיב ווענדט אים דארט אזוי גוט אפ ביי יענעם סייט, אז זיין גאנצע עקלהאפטיגע סברה (ווייל היינטיגע גויטעס קענען שוין האבן קינדער ביי די 14 יאר און נישט פארדעם בלא בלא בלא, גועל נפש אפילו נאכצוזאגן זיינע עקלדיגע ווערטער.) איז נאריש, ווייל רבקה האט טאקע נישט געהאט קיין קינדער ביז 20 יאר נאך די חתונה. דאס הייסט אז אפילו לויט זיין עקלדיגן משכילישן וועג פון פרובירן פארגלייכן אונז מיט זיי, די הייליגע אבות ואמהות, איז ער גרייזיג.