בית פורומים כל העולם כולו

שמחת בית סקווירא מיט בת הגה"צ דומ"ץ חסידי בעלזא אין וויליאמסבורג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/12/2008 09:25 לינק ישיר 
שמחת בית סקווירא מיט בת הגה"צ דומ"ץ חסידי בעלזא אין וויליאמסבורג

אין סקווערער הויף גרייט מען זיך אין גרויסן צום חתונה וואס גייט פארקומען אי"ה די קומענדיגע וואך, ווען דער רבינ'ס זון ר' אהרן מענדל שליט"א וועט פירן זיין זון הרב ישראל אינטערן חופה מיטן טאכטער פון הרהגה"צ ר' אייזיק שנעעבאלג שליט"א דער רב פון בעלז מאכניווקער קהילה אין וויליאמסבורג.
עס איז אבער שטארק צום באדויערן אז די סקווערער האבן זיך געלאזט פארפירן פון די בעלזער פון ירושלים, וואס זיי האבן צוגעזאגט אז אויב די סקווערער גייען נישט ארויסשרייבן אויף די אינווערטעישאן אז די מחותן איז רב אין די בעלזער קהילה, וועט ער שיקן זיין זון ר' אהרן מרדכי צום חתונה. די סקווערער האבן זיי געפאלגט און גארנישט דערמאנט אינעם אינוויטעישאן אז דער מחותן האט בכלל עפעס א רבנות שטעלע ערגעץ-ווי.
אלס קרוב משפחה מיט די שנעעבאלג'ס בין איך באקאנט אז רב שנעעבאלג האט דאס זייער פארדראסן, און האט אנגעמאלדן פאר זיין בני הקהילה אז מ'האט אים בא'עוול'ט דערמיט און מ'האט אים גארנישט מודיע געווען אז זיי גייען אים אזוי מיאוס באהאנדלן. אויך זיין טאטע דער מאנטשעסטער רב שליט"א האט געמאלדן אז ער וויל צוריקצוהען פון זיין פלאן צו קומען צום חתונה בלויז דערפאר וואס מ'האט בא'עוול'ט זיין זון.
אויך דער גרויסע נגיד פון לאנדאן הר"ר אלי' ענגלענדער זייענדיג א בעלז מאכניווקער חסיד און א גרויסע מקורב אין בית סקווער, וואס האט געפלאנט צו קומען צום חתונה זייענדיג נאהנט צו ביידע צדדים מצד בעלזא און מצד סקווער, האט זיך עמפטליך אפגעזאגט יעצט פון קומען צום חתונה, דאס מיינט אויך א שיין שטיקל פארלוסט פאר בית סקווער.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2008 09:37 לינק ישיר 

לויט ווי איך הער איז די זאך נישט אזוי פשוט, שלום בער פישל פון סקווירא האלט אז ס'נישט אזוי וויכטיג זיך צו חנפ'ענען צו בעלזא מאכנובקא ווי צו בעלזא פון ירושלים, הגם געלט האבן זיי פון בעלזא מאכנובקא מער ווי פון בעלזא, אבער טערעריסטן זענען די ירושלימ'ער מער, און סקווירא ציטערט פשוט פון זיי. אבער די עוולה איז נאר אז מ'האט זיך נישט גערעכענט מיט די מחותן רב שנעבאלג אליינס און געטון אזא מיאוס'ע שריט אן אים מודיע זיין בכלל, נאר כדי צו געפעלן פאר די בעלזער.
יודעי דבר געבן אבער איבער, אז סקווירא האט א פאליסי אז זיי טוען זייערס און אחר המעשה בעטן זיי זיך איבער און טרייען צו פארווישן די ענין מיט התקרבות, אשר ע"כ איז צו ערווארטן אז די בעלזער מאכנובקער חסידים גייען באקומען גרויס התקרבות אין סקווירא ביים חתונה אלס פיוס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2008 09:47 לינק ישיר 

איך בין היינט געווען אין סקווירא האב איך געזען אז ס'הענגט דארט א צעטיל אז ס'גייט פארקומען די חתונה פון דער סקווערער רבי'נס אייניקל מיט בת דומ"ץ מאכניווקא בעלז, וואס דארף דאס באדייטן? איז מאכניווקא בעלז די זעלבער חסידות ווי בעלזא מאכניווקא פון ארץ ישראל? אדער איז עס גאר א דריטע בעלזא? און ווי געפינט זיך בכלל דער קהילה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2008 10:05 לינק ישיר 

לויט ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט האט סקווירא באקרוינט פאר בעלזא מאכנובקא די נאמען "מאכניווקא בעלזא" לויטן דירעקטען פארלאנג פון די בעלזער רבי פון ירושלים, זאגנדיג אז אויף די הזמנה זאל ער גארנישט שרייבען און אויף סתם צעטעלעך קען ער שרייבן "מאניווקא בעלזא", און דערפאר גייט ער אים באלוינען אז ער שיקט אים זיין זון אהרן מרדכי צום חתונה.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/12/2008 10:16 לינק ישיר 

סקווירא האט נישט מורא פון בעלזא, און רעכענט זיך נישט מיט בעלזא צוליב דעם וואס ער דארף אז דער רב זאל שיקן זיין זון צום חתונה, נאר סקווירא פארשטייט אז עס פאסט נישט אלס שוואגער צום בעלזער רב צו ריפן א חסידות וואס זענען זיך אפיציעל מתנגד צו בעלזא מיטן נאמען בעלזא, און ס'טאקע א עוולה אויב מ'שרייבט דארט אפילו "מכנובקא בעלזא", ווען די איינציגסטע קשר וואס מכנובקא האט מיט בעלזא זענען די בייזע בליקן וואס זיי ווארפען פון קנאה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2008 10:32 לינק ישיר 

אה, דו רעדסט דאך מתוק מדבש!! ס'פעלט וויכטיג אויס פאר די סקווערער רבי צו לעבן גוט מיט א שוואגער וואס ער זעהט אים איינמאל א שמיטה פאר 20 מינוט, און זיך דערפאר ווארפן און מבזה זיין א מחותן און זיין גאנצע קהילה און גאנץ בעלזא מאכניווקא פון איבערן וועלט, וואס ער גייט יעצט טאנצען מיט זיי פאר צוויי וואכן.
און ביי די וועי, עס איז נישטא קיין נברא שבעולם וואס פארשטייט דיין רבי אז עס באדערט אים אז בעלזא מאכניווקע רופט זיך מיטן נאמען בעלזא, יעדער חסידות האט שוין היינט א שותף אינעם נאמען, און בפרט ווען ס'האנדעלט זיך מיט אזעלכע איידעלע אידן וואס זענען גרייט זיך צו רופען מיט א צונאמען ווי בעלז מאכניווקא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/12/2008 07:48 לינק ישיר 

פאר די וואס האבן מיך געשריבן באישי אז פארן טאטען רב שנעבאלג פון מאנטשעסטער גייט עס נישט אן, יא טיטל נישט טיטל, יא רב נישט רב, גיטס נאר א קוק מיט וואס פאר א פעסטקייט ער האט געשריבן פאר זיין זון דער מחותן אויף א ספר וואס ווי עס קוקט אויס דארף ער ארויסגעבן לכבוד די חתונה, ליינטס גוט: "רב ומורה צדק דקהלה קדושה דחסידי בעלזא" לאפוקי פון די שיינער סקווערע אידן וואס ווילן דאס איגנארירן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שמחת בית סקווירא מיט בת הגה"צ דומ"ץ חסידי בעלזא אין וויליאמסבורג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext