| נשלח ב-24/12/2008 06:17 |
|
| |
לויט וויפיל איך פארשטיי זוכסטו דא צו ברענגען עמיצן וועלכער האט ענדליך נאך פופציג יאר באוויזן אפצופרעגן דעם ויואל משה, דער ערשטער תלמיד חכם וואס איז אויפגעשטאנען אין פופציג יאר.
איך שיהי', איך האב עס איבערגעבליקט און בסך הכל דארף מען עס צעטיילן אין צווייען:
1) די ערשטע האלב וואו ער צונעמט זייער שיין די שיטה פון רביה"ק זי"ע, און איז לכאורה הונדערט פראצענט גערעכט מיט זיין טענה אז ר' מנשה פילאפף ודעימי' [נאמען נישט ערווענט דארט] זענען מסלף דברי אלקים חיים ווען ער וויל צוזאמשטעלן יעדע פעולה קעגן א גוי מיט דעם שרעקליכן איסור פון שלא ימרדו באומות, און זענען אין כלל פון כל המוסיף גורע.
[בנוגע די פעולות אין ווארשעווער געטא לאזט זיך דעבאטירן אין מציאות, אויף וויפיל איך האב געליינט דערוועגן קוקט יא אויס אז זיי זענען געגאנגען אויף מער ווי זיך צו ראטעווען, זיי האבן לכאורה פלאנירט אנצוהייבן א געהעריגע מרידה אינאיינעם מיט די פוילישע רעוואלוציע, אבער דאס לאזט זיך דעבאטירן. אין פרינציפ איז דער שרייבער גערעכט].
2) דארט וואו ער נעמט זיך 'אפצופרעגן' די ווערטער פון רביה"ק זי"ע מיט פארשידענע ראיות, איז אזוי:
באמת איז איבריג אריינצוגיין אין א דעבאטע איבער די נקודות, ווייל די אלע פונקטן וואס ער טענה'ט זענען בכלל נישט נוגע למעשה, אפילו לויט זיינע טעאריעס איז קלאר אז די מדינה איז אויפגעשטעלט געווארן שלא ברשות האומות, און איז במילא אפילו לויטן אבני נזר קלאר אין כלל פון עלי' בחומה, מרידה באומות, און דחיקת הקץ.
במילא דארף קודם קלארגעשטעלט ווערן אז אפילו לויט זיינע ווערטער איז קלאר אז די מדינה איז אין יסוד געשטעלט אויף מרידה במלכות שמים, און די איבריגע דעבאטעס זענען בלויז אויף טעאריע.
אבער כדי נישט צו מאכן קיין ליצנות פון די אלע גאונים מפורסמים וועלכע האבן געלעבט און געווירקט אין די לעצטע פופציג יאר, כאילו קיינעם פון זיי איז נישט בייגעפאלן די מוראדיגע טענות וועל איך אין די קומענדיגע תגובה זיך באציען אין פרטיות צו זיינע איבריגע זאכן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2008 07:05 |
|
| |
תצחי
תוקן על ידי געגאנגען ב- 24/12/2008 7:01:12
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2008 07:50 |
|
| |
צבי, איז דער קונטרס נישט געבויט אויף א קונטרס פון ר' יואל כהן (אדער גאר א העתק)
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2008 09:28 |
|
| |
צבי28 דו שטעלסט אן דעם פנים פון א תם און שטויסט ווי א מועד.
דער "מענה טיפש" וואס דו רופסט אן "ספר", איז בכלל נישט יעצט "ערשינען", אז דו נויטיגסט זיך פשוט צו וויסן אויב ער איז "גערעכט"..
לאמיר אפען אויסשמועסן, דיין ציל דא איז צו טשעפען די סאטמאר'ער חסידים, אז מען האט אפגעפרעגט דעם ויואל משה. איך גיי מיך נישט יעצט אננעמען פארן ספר ויואל משה, עס נויטיגט זיך נישט אין מיין פארטיידיגונג, און איך פארשטיי דיין ווייטאג צוצוקוקן וויאזוי פאר בלויז עטליכע טעג צוריק האבן טויזנטער טויזנטער אידן איבער די גארער וועלט געטאנצן און געפייערט דעם יום ההצלה אין וועלכן דער סאטמאר'ער רבי בעל דברי יואל זי"ע איז געראטעוועט געווארן.
דער ויואל משה איז בכלל נישט "אפגעפרעגט", דער ויואל משה האט אפגעראטעוועט טויזנטער אידן פון נישט נאכטאנצן דעם עגל הציוני.
זייט די שרעקליכע טראגעדיע אין אינדיע ביזסטו געפערליך ברוגז אויף חסידי סאטמאר, פארוואס זיי האבן נישט אנערקענט אז דער דרך פון ארויסשיקן בחורים, מיידלעך און יונגעלייט אויף נאנטע און ווייטע מדינות, אויסגעמישט צווישן טויזנטער גוים, דאס איז דער דרך אשר ילכון בה.
דעם נאציאנאלן בענעפיט האט כאטש ליובאוויטש געוואלט אפלעקן פון די טראגעדיע אז די וועלט זאל איינזען ווי וויכטיג ס'איז צו האבן שליחים און אינדיע, טשיינע, וויעטנאם וכו'.
איך זאג דיר אפען מיר פארשטייען דאס נישט!!! דער שרייבער פון די שורות האט פארגאסן טרערן צוליב די ביטערע טראגעדיע, אבער עס האט מיר געגריצלט אין די אויערן אז מען פלאנט צו שיקן דעם קליינעם משה'לען ווייטער קיין אינדיע.
דער גאנצער כלל ישראל האט מער באוויינט די טייערע נפשות פון משפחת האלצבערג ווי ליובאוויטש אליין, די גרעסטע דאגה וואס ליובאוויטש האט ארויסגעברענגט איז געווען אז די "פעולות חב"ד", זאלן נישט געשטערט ווערן אין אינדיע, דאס איז נאך א גרעסערער פראבלעם ווי די ביטערע טראגעדיע ווען עס זענען פארשניטן געווארן נפשות יקרות מישראל.
אמת אז מענטשן וואס פארן ארום איבער די וועלט האבן הנאה פון די בתי חב"ד, אבער עס ווערט נאכנישט ריכטיג וועגן דעם, אידן טארן זיך נישט געפונען אין מקומות סכנה, ספעציעל ווען מען ווייסט אז זיי זענען א צילפונקט פאר טעראריסטן!
און עס דעקט אויך נישט אויף די אנדערע התגרות באומות'ער וואס חב"ד פירט אן, סיי אין ארץ ישראל און סיי און חוץ לארץ.
און כדי צו ענדיגן מעין הפתיחה, וויל איך דיר טאקע דערמאנען, טאקע אין גייסט פון כ"א כסלו, אז טראץ דער סאטמאר'ער רב האט נישט געשיקט בחורים מיט מיידלעך טיילן לאטקעס אין טיימס סקווער, האט ער אבער יא אויפגעשטעלט טויזטנער אידן שומרי תורה ומצות מדקדקים בקלה כבחמורה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2008 13:14 |
|
| |
דער ביכל מענה כסיל.
טשעפעט נישט אמאל דעם הייליגן קדוש ה' מרן רביה"ק רשכבה"ג קודש הקודשים מסאטמאר זי"ע, וועלכער האט מברר געוועהן עפ"י דעת תורה דעם גאנצן ענין אין ספה"ק ויואל משה.
און די אלע נארישע שטותים וואס ער בריינגט אראפ דארטן מיט דברי זלזול און פגיעה בקודש הקודשים, איז נישט אמאל ווערד אפילו א ענפער.
אבער, וועמען דער קונטרס איז עכט פוגע בכבוד קדושתו, איז אין מרן הרה"ק מבעלזא זי"ע, וועלכער ער בריינגט אראפ אז ער האט געהלטן רח"ל אז די ציוניסטישע מדינה איז א ישועה פאר אידן, רח"ל מהאי דעתא.
א פאקט וואס היינט צו טאג דארף מען נישט אמאל זיך מתווכח זיין איבער דעם.
יסכר פי דוברי שקר הדוברים על צדיק עתק בגאוה ובוז.
מיטן פוגע זיין בכבודו פון הרה"ק מבעלזא זי"ע
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2008 21:15 |
|
| |
די ביכל איז היינט ערשינען, אבער ס'איז גשריבען געווארען באלד נאך די ספר ויאל משה, אזוי אז ס'האט נישט גענומעם "פופציג יאר" צו ענטפערען
כלל ישראל: איר האט דורכגעליינט דעם גאנצען ספר אז איר מאכט אזעלכע סטעיטמענטס?
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2008 22:26 |
|
| |
אבער, וועמען דער קונטרס איז עכט פוגע בכבוד קדושתו, איז אין מרן הרה"ק מבעלזא זי"ע, וועלכער ער בריינגט אראפ אז ער האט געהלטן רח"ל אז די ציוניסטישע מדינה איז א ישועה פאר אידן, רח"ל מהאי דעתא.
כלל_ישראל: דעס אז די פארשייסט נישט דעם צדיק אדער דעס וואס ער האלט אנדערשט פון א צווייטע צדיק מאכט דאס נאך נישט קיין רח"ל מהאי דעתא.
עס איז קלאר אז ער האט געזאגט וואס ער האט געזאגט.
ערליכע ידען מיט א ברייטע קיק האבן געקענט זען די חרבן וואס די ציוניסטישע מדינה ברענגט מיט זיך איו די זעלבע צייט אויך זען ווי זוי דאס איז א ישועה פאר אידן,
עס איז היינט א פאקט וואס קיינער קען נישט לייקענען אז אי א"י איז דא איבער א מיליאן ב"ת.
עס איז היינט א פאקט וואס קיינער קען נישט לייקענען אז אין אמעריקע איז די אסימעלאציע זייער גרויס
עס איז היינט א פאקט וואס קיינער קען נישט לייקענען אז ווען נישט מדינת ישראל וואלט אסך ידען אינגאנצען פארגעסען אז זיי זענען ידען אין וואלטן נטמע געווארן בין העכי"ם. אין היינט ווערן זייערע קינדער ב"ת
תוקן על ידי findodort ב- 24/12/2008 22:35:43
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2008 23:13 |
|
| |
עס איז היינט א פאקט אז ס'נאך בעולם קיינמאל געוועהן אזא שמד מאשין ווי מדינת ישראל.
יוצאי תימן, ילדי טעהראן, מאראקא יוכיח!
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2008 23:45 |
|
| |
findodort
איך ווייס נישט ווי א מענטש קען אזא זאך פארלייקענען.
די ציונים, און די מדינה האבן געטאן בעבר, און זיי טוען בהווה, אלעס אין די וועלט אויסצורייסן תורת משה, און צו מאכן דעם כלל ישראל א גוי ככל הגוים, וואס זענען כופר בתורה ובהשי"ת, זיי האבן ליידער אויסגע'שמד'ט מיט געוואלד הונדערטער טויזנטער אידן וואס זענען געקומען פון אייראפע פון ערליכע שטובער, זיי האבן אויפגערייצט אנטיסעמטיזם, זיי האבן גורם געווען מען זאל פארטרייבן טויזנטער טויזנטער ספרד'ישע אידן פון אראבישע לענדער אין תימן, איראן, עגיפטן, מאראקא, ועוד. נאכדעם האבן זיי זיך געשטעלט ווי "מצילים" און זיי געברענגט קיין ארץ ישראל, ווי מען האט געטאן אלעס אין די וועלט זיי אפצושמד'ן און ליידער עלתה בידם.
דאס וואס אידישקייט האט זיך געהאלטן אין ארץ ישראל, איז נאר אדאנק די ביטערע מסירת נפש'דיגע מלחמות קעגן די ציונים.
ווי איז שייך צו געבן קרעדיט פאר רשעים, וואס טוען אלעס אין די וועלט קעגן די תורה, אז דורך זיי איז גאר געקומען א טובה פאר כלל ישראל?
ווען נישט די ציונים, וואלטן רוב רובם פון די בעלי תשובות געהאט עלטערן שומרי תורה ומצות, און געשוויסטער (אסאך), און עס וואלט געבליט אידישקייט אין צענדליגער לענדער, "מקצה הארץ ועד קצה הארץ" אזוי ווי עס שטייט אין די תורה.
און לאמיר דיר אויפפרישן דעם זכרון אז די מדינה האט ארויפגעברענגט אויף ארץ ישראל בערך א מיליאן רוסישע גוים, שונאי ישראלים, וועלכע מען האט אריינגעזיגט אין זייערע פאספארסטן "יהודי", און זיי זענען זיך ליידער מתבולל מיט אידן, און דאס איז אויסער דעם פראבלעם פון ממזרים וואס דאס לאנד איז פול, וואס העלפט נישט אפילו קיין גיור.
עס איז פונקט ווי די זאלסט שרייבן אז די טעראריסטן אין אינדיע זענען געווען א ישועה פאר די האלצבערגס, ווייל זיי האבן נישט געשאסן דעם קליינעם משה'לע.
היעלה על הדעת???
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2008 00:01 |
|
| |
צבי
דער ביכל האט א דאטום תשס"ז.
אין קיינער דא דארף נישט ענטפערן דעם נארישן ביכל, אין די צייט וואס דיין משיח השקר האט נאך שטודירט אין קאלעדזש, האט דער סאטמאר רב זי"ע זיך נישט געלייגט אין בעט און געהארוועט על התורה ועל העבודה, און ערווארט נישט אז איינער זאל אפילו אריינקוקן און דיר ענטפערן עפעס א ביכעלע וואס א בן בלי שם האט אנגעפירקלט.
ענדערשט זאלסטו פארענטפערן דיין רבי'נס משוגעת'ן און קרומע סברות, און אפמאכן צו ער לעבט אדער נישט..
כלל ישראל האט אלע רעכטן צו מאכן זיינע סטעיטמענטס אפילו ער האט נישט דורכגעקוקט די שטותים פון יענעם ביכל...
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2008 03:16 |
|
| |
צבי, א גראבן ליגנט, ער שרייבט בפירוש אינעם קונטרס אז ס'איז שנת תשמ"ג. קוקט אויס אז בשעת רביה"ק זי"ע האט געלעבט האט ער זיך נישט געוואגט ארויסצוקומען מיט אזעלכע נארישע סילופים אין רבי'נס ווערטער זעלבסט.
באמת האב איך נעכטן געהאט אפגעשריבן א גאנצע תגובה קעגן די דברי הבל, וועלנדיג מקיים זיין דעם "ענה כסיל כאולתו בדברי תורה", נישט צבי זאל דא קומען פארפירן אז מ'האט אים נישט וואס צו ענטפערן.
אבער נאך ווען איך האב געזען אז דער שרייבער שרייבט אזעלכע געבראטענע נארישקייטן כאילו רביה"ק זי"ע אליין האט נישט באמת געהאלטן אז די מדינה איז געבויט אויפן יסוד פון כפירה ומינות, און דער רבי זי"ע וואלט "חלילה" נישט געוואלט אז די מדינה זאל אונטערגיין, ועוד כהנה הויפענעס שטותים, האב איך אנערקענט אז דער שרייבער איז נישט סתם פארבלענדט און פארנארט, נאר א פשוט'ער גראבער מסלף דברי אלקים חיים.
אויב אין דעם רבי'נס אפענע ווערטער קען ער אריינלערנען אזעלכע צודרייטע פשעטלעך, איז שוין פשוט ומובן מאליו זיין צוגאנג אין שאפן ראיות, און דערביי גייט שוין אן דער "אפיקורס ישראל כל שכן דפקר טפי". אשר על כן צי איך צוריק און איך וועל נישט זיך מתווכח זיין ברבים מיט יענעם אדער זיינע פאן טרעגער. אויב עמיצער איז שטארק נייגעריג קען מען מיר אנפרעגן אין אישית.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2008 06:10 |
|
| |
uta אין kj2008:
די ביסט גערעכט מיט כמעט אלעס וואס די שרייבסט וועגן די ציונים אין נאך אסך מער.
אין איך געב נישט קיין קרעדיט פאר רשעים נאר פאר דער פין אויווען וואס פירט זיין וועלטעל.
די פאקט איז אבער אז אין די גאלדענע אמעריקע האבן זיך פיל מער אידען אפגעשמט אינגאנצען אן די ציונים אין די פילע גוים דא זענען זיך מתבולל מיט אידן, און דאס איז אויסער דעם פראבלעם פון ממזרים וואס דאס לאנד איז פול, וואס העלפט נישט אפילו קיין גיור.
אויב עפעס, האט די מדינה געפוילט אויף די פרייע אין אמעריקע זאלן זיך ווייטער אידענטפייען אלס ידען
איך וויל דיר שרייבן א קליין אויסצאג פון א בריוו וואס דער פאפא רב זצ"ל שרייבט וזל"ק
"...והרבה נצטערתי בראותי זאת, על מה עשה ה' ככה לארץ הזאת...ואף שב"ה לא קשה לי כלל... [כי לא] מחשבותי מחשבותיכם... אבל...ודע מה שתשיב וכו', וכאשר התבוננתי על מהות האנשים האלה נזכרתי בימי עניי ומרודי כאשר נפל גורלי... שמעתי כמה פעמים ממקצתם שקיבלו עליהם רח"ל להשתמד אחר שיצאו מן הצרה כדי להציל עכ"פ את זרעם מצרות כאלה שסובלים עם בנ"י... [ו]כדי שלא יצאו ח"ו מן הדת לגמרי וישארו תחת שם ישראל דאז יש לקוות דילמא נפקו מינייהו זרעא מעליא, לטעם זה ניתן להם מדינה שיתגאו בה...והקב"ה חפץ שלא ידח ממנו נדח ח"ו "
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2008 06:10 |
|
| |
געגאנגען, איך האלט אז די דארפסט עס יא שרייבן, כדי מ'זאל נישט זאגן אז אונז האמיר נישט וואס צו ענטפערן
גלייב מיר, אז איך וואלט מיך געדארפט נעמען די מיה און אויך שרייבן
דערוועגן, אבער איך האט נישט די צייט יעצט, אבער אויב די האסט שוין עפעס
געשריבן, ביטע אל תמנע טוב
נ.ב
אויב איינער וויל אביסל בעסער פארשטיין וואס ציונות איז בכלל, און אפילו
וואס די בעלזע פרשה איז געווען, האב איך נישט לאנג צוריק באקומען פון איינעם די סייט http://www.drushes.com/teller.html מיט שיינע דרשות וועגן ציונות
אויב איינער דארף דעם ויואל משה אדער על הגאולה זאל קליקן אויף די לינק אונטער דעם תגובה
_________________
ויואל משה - על הגאולה ועל התמורה
|
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2008 06:16 |
|
| |
פיינד, איך ווייס אז איך בין נישט דער בעסטער בעל הסבר, אבער ההכרח לא יגונה.
עס איז באקאנט די מעשה ווען איינער פון די ציונים איז געווען ביים
מהרש"ב פון ליבאוויטש, און דער ליבאוויטשער רבי האט אים געזאגט אז די
ציונות וועט אפפירן דעם כלל ישראל, האט דער ציוני צוריק געפרעגט, איר זאגט
רוח הקודש? האט איר אים געענטפערט ניין, דער הסבר איז זייער פשוט, ביז
היינט ווען א איד כאפט אן א הרהור תשובה, גייט ער אין ביהמ"ד זאגט א
קאפיטל תהילים, גייט מקיים זיין א מצוה וכדו', און ווייסט אז צו זיין א איד מוז מען פאלגן די
תורה, אבער אויב וועט זיין א אידישע מדינה, וועט מען וויסן אז צו זיין א
איד מוז מען שטיצן די מדינה און מער נישט, און דאס וועט דאס מערסטע אפפירן
דעם כלל ישראל. און יעצט פיינד ווער פירט אפ די אידישע קינדער אין
אמעריקע????
_________________
תוקן על ידי גאסט ב- 25/12/2008 6:13:17
ויואל משה - על הגאולה ועל התמורה
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2008 06:36 |
|
| |
און יעצט פיינד ווער פירט אפ די אידישע קינדער אין אמעריקע????
די יצר הרע.
די מהרש"ב האט גערעט און זיין צייט וואס איז געווען נוגע. די אסעמילירטע אידען און אמעריקע זענען בכלל נישט אינטערעסירט אין ידישקייט כלל וכלל "מקצתם קיבלו עליהם רח"ל להשתמד אחר שיצאו מן הצרה כדי להציל עכ"פ את זרעם מצרות כאלה שסובלים עם בנ"י"
אין זיינער צייט האט נאך די מדינה געהאט עפעס מיט רעליגיע היינט ווען די אמעריקנע אסעמילירטע איד שטיצט די מדינה איז דאס נישט ווייל ער וויל געפעלן פאר דער בורא עולם.
די פראבלעם וואס דער מהרש"ב שרייבט איז היינט שייך מיט ריפארם און קאנזערוועטיוו. ודו"ק
תוקן על ידי findodort ב- 25/12/2008 6:36:34
|
|
|
|
|