דעקונג פון מיטל מזרח מלחמה
די מלחמה אין מיטל מזרח האט ווידעראמאל געגעבן א געלעגנהייט פאר די אידישע נייעס ברענגער צו ווייזן וואס זיי קענען און ווייזן זייערע קוואליפיקאציעס.
און גראדע ביי מומביי האט קול מבשר געווינען דער פארמעסט, מיטן האבן ערשט-האנטיגע כסדרדיגע אפדעיטס איבער די פאסירונגען.
אבער עס זעט מיר אויס אז קול מבשר טויג נאר געוואלדיג בלויז ווען עס איז אינוואלווד אידישע נייעס וואס דאן האט ער די סארסעס, אבער ביי גויאישע נייעס איז ער פאראלעל מיט די אנדערע טעגליכע נייעס ברענגער.
ער האט בלויז פארציילט טריקענערהייט וואס עס איז דארטן פארגעגאנגען. יא, ער האט טאקע געהאט א שיינעם אנאליז פון הערשל פרידמאן, וואו ער קרעכצט זיך אויס און איז גארנישט מחדש, אבער דאס איז עס געווען און מער נישט.
טעגליכער גוט מארגן, האט מען אפילו נישט ערווארטעט אז ער זאל עפעס צושטעלן לענגער ווי עטליכע קארג-געווידמעטע שורות, וואו ער וועט מעלדן טרוקן אז 'עפעס' גייט פאר אבער נישט פונטליך מיט דעטאלן.
טאגשריפט האט אבער אראפגעלייגט א מעכטיגן דזשאב. כקען נישט זאגן אז זיי האבן געהאט 5 6 בלעטער מיט א גענויע באריכט, אבער עטליכע בלעטער, שיין און געשמאק אראפגעשריבן, האבן זיי געהאט. און פאר איינער וואס האט געוואלט וואוסן וואס און ווען עס גייט פאר, האט דארטן געקענט וואוסן פון אלץ ביז תיו. כאפט א בליק
 |
|
|