ווייסט איינער וואס ס'גייט פאר אין ישיבת שערי יושר אין בארא פארק
מען האט יעצט ארויס געווארפן הרב החסיד ר' יוסף מאיער שליט"א, וואס דער יוד איז שוין מיט די ישיבה פערציג יאר.
ווייסט איינער וואס דארט גייט פאר ?
נשלח ב-1/1/2009 20:28
זיי מסביר וואס איז דיין אינטערעס דאס דא צו שרייבן, האסטו אן אינטערעסע אין דעם?
אז דו האסט אינפארמאציע דערוועגן שרייב, אויב דו האלטס אז מען מעג, אויב דו ווייסט נישט, ווילסטו אז דער עולם זאל אויסגעפונען פאר דיר?
עפעס קוקט אויס ווייסטו יא, אן אנדערס מאל ווער געוואויר די גאנצע געשיכטע פאר דו שרייבסט, ספעציעל מיט נעמען פון מענטשן.
נשלח ב-2/1/2009 03:53
פארוואס עפעס?
מען טאר שוין נישט פרעגן אויב מען האט געהערט א האלבע מעשה און אפשר איז דא איינער וואס ווייסט די פולע געשיכטע?
קאָם אַן.
ער קומט שוין מיט א גאנצע הסבר אז עפעס קוקט אויס אזוי און אזי.
לאז יענעם שרייבן וואס ער וויל!
פארשטייט זיך אלעס ביז מבזה זיין אידן, אויב דאס איז די סיבה פון דיין אויפברויז!
תוקן על ידי אךשמח ב- 02/01/2009 3:49:09
נשלח ב-2/1/2009 04:26
דאס הארץ צוגייט אז די חשובע ישיבה וואס איז נתייסד געווארען מיט אריבער פערציג יאהר צוריק דורך הגאון הגדול רב קאפעלמאן שליט"א על שמו פון זיין גרויסען רבין הגאון הגדול וכו' רבי שמעון שקאפ זצ"ל בעל שערי יושר
וואס די ישיבה מיום הווסדה איז גיווען א בית היוצר פון בחורים פון חסידישע שטיבער וואס האבן גיוואלט לערנען בדרך ליטא האבען געפינען א הערליכער מקום תורה מיטן חסידישען גייסט פון אלע חלקי החסידות האבן געפונען דארט א מקום גור, סאטמאר, פאפא, וויזניץ,ברסלב בעלזא, ליבאוויטש,באיאן מיט אהבה אחוה אונטער די השפעה פונם ראש הישיבה
ווען רב קאפעלמאן שליט"א האט זיך אריבער גיצויגען קיין שווייץ איז בראש הישיבה געשטאנען הגאון הגדול ר' שלמה פיגא זצ"ל וילחט"א הגאון הגדול ר' יוסף רויזנבלום שליט"א
א בחור פון שערי יושר איז גיווען דער סימבאל פון ערליך איידיל בחור
פאר די לעצטע צענדליגער יארען איז גישטאנען לצדם פון די ראשי ישיבה הרב הג' שר הצדקה ר' יוסף מאייער שליט"א וואס איז געשטאנען אלס מנהל רוחני און דערצו אויך נושא בעול גיווען און די עול הכספי פון די ישיבה און צוגאב פון די מיליאנען דאללארען צדקה וואס ער פארטיילט פאר נצרכים לומדי תורה דאהי און ארץ ישראל
די לעצטע פאהר יאר האט דער שטןנישט פארגינען דעם הערליכען מקום תורה און האט פאסירט וואס האט פאסירט איכה היתה קריה נאמנה וכו'
נשלח ב-2/1/2009 19:16
וואס איז אייגנטליך די מחלוקה אויב איך מעג פרעגן ?
פארוואס האט מען אים טאקע געווארפן ?
נשלח ב-6/1/2009 08:12
ללא נושא
לכבוד הרב בלומענבערג,
איך האב נישט קיין רשות כתיבה, ביטע ארויפשטעלן מיין ווייטאג ביי דעם ענין פון שערי יושר.
יישר כח.
ס'איז זייער גוט אז דו האסט זיך אנגענומען פאר הרה"ג רבי יוסף מייער שליטא, יעדער וואס קען דעם ר"י שליט"א ווייסט אז ער וואלט אים קיינמאל נישט ארויסגעווארפן. רבי יוסף האט חתונה געמאכט דעם ר"י'ס קינדער און איז אלע יארן געווען זיין געטרייסטער מענטש. יעדער וואס קען דעם ר"י ווייסט אז ער וואלט אים קיינמאל נישט ארויסגעווארפן ווען נישט די פאר העצערס וועלכע ניצן אויס זיינע עלטערע שוואכע יארן צו טאן זאכן קעגן זיין אמת'ן רצון. ברך משה יוכיח.
די גרעסטע ראי' איז אז מען האט געשיקט פאר הרב מאיערן א לויערס בריוו וועגן א קארט ארדער. דער ר"י - ווי עס ווייסט יעדער - וואלט קיינמאל נישט געטאן אזא מיאוס'ע זאך. ער, פונקט ווי אלע ערליכע אידן, ווייסט אז עס איז דא א דין תורה ביי אידן.
נשלח ב-6/1/2009 08:26
כבוד הרב משה יונה
איך האב ארויפגישטעלט דיין תגובה
דאס מיינט נישט אז איך נעם מיך אהן פאר א צד, בפרט ווען עס רעד זיך פון איינע פון די צדיקי דורינו שליט"א וואס קטנם עבה ממתנו
אגב דארף ארויס גיברענגט ווערן א גיוואלדיגע גדלות פון ראש ישיבה שלי', טראץ האבענדיג 18 קינדער בליעה"ר, איז קיין איינער פון זיי נישט קיין איינגישטעלטער און די ישיבה, דוכט זיך מיר אז אזאנס גלייכען געפונען מיר נישט אויף קיין שום מקום נישט ביי חסידים און נישט ביי די ליטא
איז דאס זיכער אז מצד הראש ישיבה איז קיין שום נגיעה נישט פארהאן
דאס וואס דו שרייבסט אז דאס איז א ארבייט פון גבאים מסתמא איז דאס ריכטיג
אבער די וועלט זאגט וואס מטוט טוט מען פארזוך
ווער גידענקט נישט ווי דער ראש הישיבה האט מרעיש עולמות גיווען קעגן די השחתה ביים ברך משה זצ"ל און שטוב
און האט שוין גימאלדען אז ער גייט רעדען דערפון ברבים און די קינדער פון שר הצדקות ר' יוסף מייער שלי' וואס זענען דענמאלט גיווען די באי ביתו האבן איהם אפגיהאלטן מיט גיוואלד
נשלח ב-18/3/2009 06:01
הג"ר י"ד קאפעלמאן שליט"א מייסד ישיבת שערי יושר וזקן ראש הישיבות אנגעקומען קיין אמעריקא מאכען שלום און ישיבת שערי יושר
כלל ישראל איז מתפלל פאר זיין הצלחה ויה"ר שישכון שלום וכו'