רבותי: טרינקט געשמאקע ווערעם
נישט צום גלייבען.
מצוה לשמוע דברי ח...?
די זאליס זענען איצט ארויס געקומען מיט א פרישע קובץ צו כ"א כסלו ווי דארט ברענגען זיי א תשובה פון ר' משה ראובן איצקאוויטש שליט"א, ווי ער איז מברר די גרויסע מעכטיגע פסק הלכה פון ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן שליט"א דער געוועזנער סאטמאר'ער דיין, וואס האט געפסקנט אז מען מעג טרינגקן די ניו יארק וואסער אפילו עס האט ווערים דערין.
ער שרייבט אז דער געוועזענער דיין האלט ווייטער אזוי אז מען מעג עס טרינקען, און דער עולם זאל עס טרינקען א מחיה.
די זאליס רייסן אראפ זייער פילטערס איצט, און טרינקען זיך אן מיט די הייליגע ווערעם וואסער לפי פסקו הגדול פונעם דיין.
סך הכל איז אזוי:
סקול דיסטריקט יעצט אסור, עירוב אסור, אהורנים אסור, עירוב פאר פוילישע גוים יעצט אסור, גיין צו דין תורה אסור חזיר טרייף, שבת מעיל אסור, ריפן צו דין תורה אסור.
ווערעם וואסער מותר לכתחילה, סקול דיסטריקט אמאל געווען מותר, נעמען שוחד יערמיאש מותר, עירוב פאר פוילישע גוים אמאל געווען מותר, עסן ארגאוויי פלייש אין בוטשער מותר, ריפן רעביצען אין קארט מותר, הליכה לערכאות של בג"ץ מותר, הליכה לערכאות בארא פארק מותר, ארעסטירען בחורים ארינגעלייט מותר.
 |
|
|