ס'איז טאקע אוואונדער און פלא והפלא.
בו בזמן, אז די מיליטער האט גארנישט קיין נסים, און נישט סייעתא דשמיא, גארנישט זענען זיי נישט מצליח. און זיי האבן אויך שווערע אבידות בנפש רח"ל.
אבער פון צווייטן זייט, ביי דו פאלק אינעווייניג, איז גרויסע פלאדיגע נסים גלויים. ס'פאלן ראקעטעס אין באמבעס אויף הייזער נאכאנאנד, אין כמעט קיין געשעדיגטע. ס'איז דא ממש נסים גלויים.
וואו צב"ש
און האנהייב די וואך איז געפאלן א ראקעטע אין אשדוד, נעבן נמל, אגרויסע פלאץ פון אסאך ארבעטורערס, אינמיטן טאג, אין א ליידיגע בנין...
א נס בתוך נס, די פייפן פון אשדוד האבן יענע טאג נישט געארבעט, און ס'איז געווען גרויס אופברייז ביים עולם, היתכן ס'פאלן באמבעס אין ס'איז נישטא קיין פייף צו קענען זיך באהאלטן. הגם ס'איז געווען א נס אז ס'איז טאקע געפאלן אין א ליידיגע בנין, אבער פארט לאו כל יומא מתרחש ניסא, היתכן? מ'דארף דאס פאראכטן.
וואס דער עולם בשעת מעשה האט נישט געוויסט, וואס פאר א נס איז געווען דורך דעם אז די פייפן האבן נישט געארבעט.
איינער פון די ארבעטורערס אין 'נמל' האט דערציילט שפעטער, אז היות די בנין איז ליידיג, האבן אלא ארבעטורערס אין געגן, ווען ס'איז געווען א פייף, האבן געלאפן אריין אין יענעם בנין זיך באהאלטן, טאמער וואלט די פייפן ריכטיג געהארבעט, וואלן אסאך מענטשן געפונען זיך אין בנין, און ווער ווייסט וואס וואלט געקענט פאסירן.
ס'איז ממש נס. און נישט כוחי ועוצם ידי חלילה, און נישט נס פון מיליטער, פשוט נסים ורחמים וואס די אייבערשטער היט אויף אידישע קינדערלעך.
 |
|
|