בית פורומים כל העולם כולו

ווי אזוי די מדינה הציונות קען בטל ווערן אן מלחמות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/1/2009 20:28 לינק ישיר 
ווי אזוי די מדינה הציונות קען בטל ווערן אן מלחמות

יעדער סאטמארער חסיד ווייסט ווי שטארק רבינו הק' זי"ע האט געבלוטיגט איבער די א.ג. "אידישע מדינה" און אירע פילע פראבלעמען וואס דאס האט געברענגעט פאר יעדע איד איבער די וועלט, אפי' אין פרידענס צייטן ווען עס איז נישט פארגעקומען קיין מלחמות אין לאנד, און אפגערעדט ווען עס איז יא געווען שעת מלחמה וואס מ'זעט ווי אנטיסעמיטיזם שפראצט ארויס גאר שטארק איבעראל אין דער גארער וועלט.

אן עקסטערן אשכול איז שוין דא וועגן די שיטה בכלליות, איך וויל נאר צולייגן איין נקודה מיט א נייעס וואס איך האב שוין אסאך מאל באמערקט צווישן די שורות פון פארשידענע צייטונגען.

איינע פון די שווערע זאכן וואס מען הערט יעצט ביי אלע חסידי סאטמאר, וואס מען קען הערן אין אסאך שמועסן מיט מענטשן אין די בתי מדרשים איבער וואס מען זאל מתפלל זיין אין די יעצטיגע צייטן. זאל מען מתפלל זיין אז די אראבער זאלן געווינען? דער באשעפער זאל אפהיטן אויב דאס זאל חלילה פאסירן, ווידער פארקערט, אז די ציונים זאלן געווינען? גרעניצט זיך דאס מיט כפירה רח"ל.

עס איז דא געדרוקט פון רבין ז"ל אין פארשידענע דרשות אז די מדינה דארף בטל ווערן פאר משיח וועט נאך קומען, ווי די גמ' זאגט אין בן דוד בא עד שתכלה מלכות הזלה מישראל, און מענטשן האבן אסאך מאל פראגעס איבער ווי אזוי דאס קען פאסירן, געב איך דא עטליכע לינקס וואס מען זעט קלאר אז ס'איז דא אזא מעגליכקייט, וואס אוודאי איז ביים רבש"ע דער כל יכול דא אן א שיעור מעגליכקייטן ווי אזוי דאס זאל פאסירן איז אבער אינטערעסאנט אז דאס ווערט שוין ארומגערעדט אין פארשידענע קרייזן אינערהאלב די מדינה אליינס.

אן אלטער ארטיקל וואס כ'האב אפירגעקראצט נאכדעם וואס איך האב געטראפן ארומרעדן די זעלבע זאך אין היינטיגע צייטונגען:

http://archive.newsmax.com/archives/articles/2004/1/11/124803.shtml

די וואך אין טיים צייטשריפט:

http://www.time.com/time/world/article/0,8599,1870314-3,00.html

בתוך הדברים שרייבן זיי:

Not only would Israel cease to be a Jewish state, it would no longer be a democratic one either, unless Arabs are given a fair share of power. A few bold Arab intellectuals are saying Palestinians should abandon the idea of a two-state solution and just wait until they outnumber the Jews.







דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/1/2009 20:41 לינק ישיר 

די מדינה קען בטל אויף א פרידלעכן אופן לויט אלע ווארשיינדלכקייטן
נאר דורכ'ן מלך המשיח, ווי דער רבי זי"ע ברענגט דאס ארויס צענדליגער מאל  



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/1/2009 21:44 לינק ישיר 

 הערשל

שלום עליכם, איך וויל האבן דעם פארגעניגען צו ענטפערן מיין ערשטע תגובה אויף דעהם פארום צו דיר

פאר וואס דוקא צו דיר?

ווייל איך זעה דו ביזט אגוטע נשמה

ווי אזוי זעה איך דאס?

קוק אהער, איך פארשטיי אז דו ביזט געקומען צו די מסקנא אז גאט אליין האט זיך דא טיהף פארפלאטערט, ער איז אוודאי גוט אנגעזעצט אז די סטרא אחרא האט איהם אזוי געשמאק געוארפן איבער דראנג, איהם אריין גענארט מיט א מדינה, יעצט קען זיך דער אלטער נישט קיין עצה געבען דערמיט. נישט אראפצושלינגען און נישט אוסצושפייען.
האסטו דו הקטן זיך מרחם געוועהן אויף איהם, אין צו געווארפן עטליכע מראי מקומות, וואס ער האט אוודאי פארזעהן - ער קען דאך נישט קיין ענגליש- כדי איהם ארויס  צו העלפן

דאטס סא נייס אוו יו    

איך- א שטייגער, וואלט עס קיינמאהל נישט געטוהן פאר מיין גאט, איך בין א ייד וואס  איך דיהן דעם אלוקי אברהם יצחק ויעקוב דעם קונה הכול - ואדון הכול שהוא נוטה שמים ויסד ארץ ומושב יקרו וגו' (קוק אין דעהם  אידישן  סידור צו סוף אין תפילת עלינו) איך גלייב אז אמת מלכנו אפס זולתו , ער האט געמאכט מיך אין דיך אין די מדינה און דעם פארום מיט טיים מעגעזין און ער דארף איבערהויפט נישט מיינע עצות. 

טאמער פאלט מיר דאך איין אמאהל איהם צו געהן איין עצה, ציטער איך ער אפשר וועט עס איהם געפעלן, און ער וועט  מיך ארויף רופען צו איהם דורך צושמועסן די פרטים...    
    
סאיז מיר אבער זעהר אינטערסאנט צו וויסען צו וועלכען גאט די דינסט? בפרט ווען דו שרייבסט אזא גוטען היימישן אידיש, ממש ווי אחב"י,  

ביי דע וועי, איך זעה אז דו האסט רחמנות אויך אויף אונזערע חכמים וואס שרייבן דעם אין בן דוד בא עד שתכלה מלכות הזלה, און דו ווילסט צו העלפן דיין אלטן גאט, אויף דעהם  קען  איך דיר שוין יא געבן איין עצה.

זעהסט, די גמרא ווייטער דארט זאגט אין בן דוד בא עד שתכלה פרוטה מו הכיס, 
איז עס יעצט מיין אבסאלוטער פארגעניגן דיך צו באקאנען מיט איינעם וואס וועט דיר צו העלפן מקיים פסק זיין, 







ער הייסט בערני מעדדאף  
ער וועט דיר מקרב זיין די גאולה.

והוא בדוק ומנוסה 



 

תוקן על ידי - baachi - 11/01/2009 21:55:25

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-11/1/2009 23:53 לינק ישיר 

באטשי מחילת כבודך הרמה

דיינע ווערטער שמעקט מיט כפירה



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/1/2009 00:49 לינק ישיר 

 אריגינעלער

זעהט אויס דו האסט נישט געליינט מיין גאנצע תגובה.

לייען וועסטו פארשטיין (איך האף)
אז איך בין א טאקע כופר באלהי הערשל,
איך גלייב נאר באלקי ישראל.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-12/1/2009 01:18 לינק ישיר 

הרב באטשי.

א זשאוק דא און א זשאוק דארט איז נישט גענוג איבערצואווארפן די פעלזן פעסטע יסודות וואס רביה"ק זי"ע האט אהערגעשטעלט אין זיינע גאונות'דיגע חיבורים. איך בין עכט 'סארי' אבער די תורה הק' איז שטארקער ווי אלע זשאוקס און ווערטלעך.

אגב, דו גלייבסט אז דער זעלבער אלקי ישראל האט באשאפן צב"ש יאשקע'ן? אדער די חאמאס רוצחים?

לויט פשוט'ע סטאטיסטיקס, אויב משיח איז חלילה נישט דא אין די קומענדיגע צענדליגער יארן וועט די דעמאגראפיע אין מדינת ישראל זיין אייניג צוטיילט צווישן חרדים און אראבער, מיט א קליינעם פראצענט פאר די פרייע וועלכע האבן נאכנישט יורד געווען פון די מדינה. וואס וועט דיין באשעפער דאן זאגן/טוהן?!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/1/2009 01:46 לינק ישיר 

ביי מיר חבר לעבן ווען איינער גיט עצות דעם רבש"ע וואס צו טוען, איז אדער א צעהן שטעקעדיקער שוטה אדער האט אנדערען גאט.

בכל אופן שהוא איז עס ליצנותא דע"ז

דער בוכ"ע האט באשאפן יאשקע מיט חאמאס, יא 100%
 
דו פרעגסט וואס צו טוהן? מיר האבן א תורה, דארט שטייט אז טאמער גויים אטאקירן יידן מוז מען מיט זיי  מלחמה האלטן,  כאטש דער אייבירשטער האט געשיקט די גויים.

און אז סזענען דא פרייע אידען וואס שטעלען זיך איין דאס לעבן פאר מיר, בין איך זיי מכיר טובה אין איך בין מתפלל צו זייער הצלחה.

למשל

מיין טאטע האט א הארץ פעלער,  איך ווייס אז דער הארץ פעלער האט דער רבש"ע געמאכט, אעפ"כ ליגט אויף מיר אחיוב ע"פ צו היילען אפילו דורך א דאקטאר א כופר.
 
פונקט ווי איך בין מתפלל פאר פרייען דאקטער א מחלל שבת אוכל נבלות ער זאל מצליח זיין מיט זיי הארץ אפעראציע אויף מיין טאטן. כאטש ער האט געלערנט דאקטאראט תוך כפירה בעיקר.
 
קאפשטייסת?

וועגען מערהייט אראבער אין ארץ ישראל, אין  צעהן ביז פופציג יאהר,  לא מחכמה שאלת על זאת

א) ערשטנס דאס איז נישט אונזער דאגה, אז מוועט פרעגען ארב א שאלה וועט ער זיך מזדקק זיין צודעהם.
ב) דו ווייסט נישט וואס סוועט זיין מארגן, זארגסט זיף פאר פופוציג יאהר ארום
ג) ארץ אשר עיני ה' אלוקיך בה איז עס דעהם באשפערס דאגה, ווער סהאט ארויף געפיהרט קיין ארץ ישראל, וועט זיך אויך זארגן אויף דעהם
ד) די פרייע כופרים  שרעקן  שוין אזוי זעכציג יאהר,  אין מזעהט בשיינפערלעך אז דער פראצענט פון אידען צו אראבער איז דער זעלבער כמעט זייט די מדינה שטייט.  



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-12/1/2009 02:35 לינק ישיר 

beating around the bush, again.

די איינציגע זאכליכע זאך וואס דו לייגסט אריין אין דיינע ווערטער איז דער גרעסטער ליגנט פון צוואנציגסטן יאר הונדערט וואס די מזרחי האט איינגעפלאנצט ביי א גרויסן טייל פון היימישן ציבור.

אין מיין תורה שטייט זייער קלאר אז אידן טארן נישט מלחמה האלטן מיט גויים. אודאי ווען יענער קומט דיר אטאקירן און דו האסט נישט קיין וועג ארויס מעגסטו זיך פארטיידיגן, אבער ווען קיינער צווינגט דיר צו האבן א לאנד - אפגעזען פונעם פאקט אז ס'איז מפורש קעגן די תוה"ק - האסטו נישט קיין רעכט צו אטאקירן דעם גוי וועלכער וויל סך הכל צוריק זיין אלטע הויז.

אשר על כן איז אן איסור גמור מתפלל צו זיין פאר די הצלחה פון די צה"ל סאלדאטן, די איינציגע זאך וואס מ'דארף מתפלל זיין איז אז קיין שום איד זאל געשעדיגט ווערן, אריינגערעכנט די צה"ל סאלדאטן.

אקוראט אזויווי הרב שטיינמאן האט מגיה געווען אויפן בריוו וואס זיינע (ציוני'סטיש דורכגעדרינגענע) גבאים האבן אים פארגעשריבן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/1/2009 04:20 לינק ישיר 

גיגאנגען

פארקריך נישט פונם נושא האשכול

א) ווען איינער מיינט אז דער רבש"ע דארף אונזערע עצות? איז ער געשלאגן אויף די אמונה?   יא אדער ניין

ב) ווען איינער הייסט דעם רבש"ע אריין קוקען אין טיים מעגעזין איז ער א פערד? יא אדער ניין

ג) ווען איינער לייקענט אז ארץ ישראל איז עיני ה' אלוקיך בה מראשית השנה עד אחרית שנה (עיין פרש"י) איז ער א כופר בתורת משה? יא אדער ניין  
 
ד)  גלייבסטו אז ארץ ישראל ירושה לנו מאבותינו אחוזת עולם. יא אדער ניין?

ה) אז איינער נעמט נישט אהן די שיטת ספר ויואל משה להלכה, איז ער א כופר? יא אדער ניין

ה) אז "ציונים" געוואונען די רוצחים פון ישמעאל, און אידן זענען דאנקן דעם אייבירשן פאר זיינע נסים און חסדים , איז דאס כפירה? יא אדער ניין?




קענסט ענטפערן וואס מפרעגט דיך?




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-12/1/2009 04:59 לינק ישיר 

באטשי

אנטשולדיגט פארן אריינהאקן

 

דו פרעגסט

 

א) ווען איינער מיינט אז דער רבש"ע דארף אונזערע עצות? איז ער געשלאגן אויף די אמונה?   יא אדער ניין

 

 יא



ב) ווען איינער הייסט דעם רבש"ע אריין קוקען אין טיים מעגעזין איז ער א פערד? יא אדער ניין

יא



ג) ווען איינער לייקענט אז ארץ ישראל איז עיני ה' אלוקיך בה מראשית השנה עד אחרית שנה (עיין פרש"י) איז ער א כופר בתורת משה? יא אדער ניין

יא

און מיר גלייבן אלע אין די הייליגע ווערטער פון ש"ך וואס דער רבי ברענגט אין ויואל משה (מאמר ב' סימן קכ"ט) ובזה תבין איך מקום השכינה וכו' שהיה כהן גדול נכנס פעם אחת בשנה אחר כמה טבילות וקידושין ואחר כמה תפילות שהיו ישראל מתפללין עליו, איך עתה היא בית תורפה של ישמעאלים בית עבודה זרה שלהם, אלא שנתקפלה ירושלים וגברה עליה קליפה של שאר ארצות, ואפשר שבקיפול ארצות באה שם רצועה מארם עד שבנו שם בית עבודה זרה, והם חושבים שבנו בירושלים והם מכזבים וכו',

 

 
ד)  גלייבסטו אז ארץ ישראל ירושה לנו מאבותינו אחוזת עולם. יא אדער ניין?

יא, לוט האט אויך אזוי געגלייבט

אבער אונז גלייב מיר אויך אז מפני חטאינו גלינו מארצינו, און אונז גלייב מיר אויך אין די שלש שבועות וואס הקב"ה האט באשוואוירן אידישע קינדער



ה) אז איינער נעמט נישט אהן די שיטת ספר ויואל משה להלכה, איז ער א כופר? יא אדער ניין

יא, ווייל דאס איז נישט תורת אונגארן (ווי מען האט גערפון די טיילונג) דאס איז די שו"ע פונעם דור, און פונקט ווי איינער נעמט נישט אן דרשות חז"ל איז ער א צדוקי הוא הדין הכא.



ה) אז "ציונים" געוואונען די רוצחים פון ישמעאל, און אידן זענען דאנקן דעם אייבירשן פאר זיינע נסים און חסדים , איז דאס כפירה? יא אדער ניין?

לאמיר ענטפערן מיט א שאלה, (כמשל רבינו בעל הגאולה), ווען דו האסט א גאסט בי דיר אינדערהיים, ער צינדט אונטער א פייער ביי דיר, און נאכדעם גייט ער עס אויסלעשן, דאנקסטו דעם אייבערשטן אז ער האט דיר געשיקט אזא גוטן שליח אויסצולעשן דעם פייער, אדער דו בעטס דעם אייבערשטן זיי מעניש דעם גאסט זאל ער אין די אדמה גיין.

 

דאס איז אונזער רעאקציע




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2009 06:35 לינק ישיר 

 וואלן

מיט דיינע צוויי ערשטע ענטפערס האסטו שוין יוצא געוועהן אוועק צו שטעלן דעם פותח האשכול אויף זיין כשר פארדינטן פלאץ

אדאנק דיר

יעצט איז שוין קאמפאט

כתבת (כקען נישט אויספיגערען וויאזוי מען מאכט דעם קאפי ענד פעיסט אין א קעסטעלע) 

"ג) ווען איינער לייקענט אז ארץ ישראל איז עיני ה' אלוקיך בה מראשית השנה עד אחרית שנה (עיין פרש"י) איז ער א כופר בתורת משה? יא אדער ניין

יא

און מיר גלייבן אלע אין די הייליגע ווערטער פון ש"ך וואס דער רבי ברענגט אין ויואל משה (מאמר ב' סימן קכ"ט) ובזה תבין איך מקום השכינה וכו' שהיה כהן גדול נכנס פעם אחת בשנה אחר כמה טבילות וקידושין ואחר כמה תפילות שהיו ישראל מתפללין עליו, איך עתה היא בית תורפה של ישמעאלים בית עבודה זרה שלהם, אלא שנתקפלה ירושלים וגברה עליה קליפה של שאר ארצות, ואפשר שבקיפול ארצות באה שם רצועה מארם עד שבנו שם בית עבודה זרה, והם חושבים שבנו בירושלים והם מכזבים וכו'" ,


איך שרייב א פסוק מפורש און די שרייבסט מיר אדרוש ספר בדרך אפשר?
איך  רעד פון ארץ ישראל אין ער שרייבט פון מקום ההיכל בדרך דרוש
ער האלט דען אליין אזוי להלכה?

אויף דעהם יסוד פון דעם ש"ך האט דען דער ויואל משה מתיר געוועהן היינט צו טאג פאר א זר צו גיין בטומאה אויף מקום ההיכל? יא אדער ניין
 .  
כתבת

"ד)  גלייבסטו אז ארץ ישראל ירושה לנו מאבותינו אחוזת עולם. יא אדער ניין?

יא, לוט האט אויך אזוי געגלייבט

אבער אונז גלייב מיר אויך אז מפני חטאינו גלינו מארצינו, און אונז גלייב מיר אויך אין די שלש שבועות וואס הקב"ה האט באשוואוירן אידישע קינדער"

דו ענטפערסט ווייטער נישט צו דער זאך.
איך גיי נישט אריין יעצט אין דרשות פון אגדות הש"ס , שלוש שבועות איז נישט קיין הלכה אזוי שרייבט דער ויואל משה אליין, אז מצד ההלכה אין השבועה חלה על הדורות העתידים.עיין מאמר א' סוף סימן ע"ט, און די תפילה פון מפני חטאינו איז אויך נישט קיין הלכה פסוקה, און בכלל ווי קומען די אראבער אריין אין די פיקטשור? 

אויב דו גליייבסט אז דאס איז אונזער לאנד אויף אייביג, ווי קענסטו זאגן אז מהאט  עס "צוגענומען" פון די שטינקעדיגע אראבער. 
מעיק אפ יור מיינד, איז דאס אונזער לאנד אויף אייביג? יא אדער ניין


ה) אז איינער נעמט נישט אהן די שיטת ספר ויואל משה להלכה, איז ער א כופר? יא אדער ניין

יא, ווייל דאס איז נישט תורת אונגארן (ווי מען האט גערפון די טיילונג) דאס איז די שו"ע פונעם דור, און פונקט ווי איינער נעמט נישט אן דרשות חז"ל איז ער א צדוקי הוא הדין הכא.

דאס איז נישט נאר א  איין עמהארצישע סטעיטמענט, מען קען קריגן אויף א רמב"ם אויף א רשב"א אויף א מחבר מיט א רמ"א' אויף  א נודע ביהודה מיט חתם סופר  נאר אויף א ויואל משה קען מען נישט?

סאיז אויך איין אומלאגישע נארישע דערקלערונג וואס איז נישט אויסגעהאלטן על פי שכל,

ל
אמיך דיך פרעגן, האט דאס דער ויואל משה אליין געזאגט אז ער איז אזוי גרויס ווי חז"ל, צו דער ברך משה האט דאס געזאגט?

ממ"נ האט ער אליין מעיד געוועהן אויף זיך, איז ער דאך נישט נאמן אלץ קרוב אצל עצמו, אלא מאי אצווייטער האט דאס געזאגט, אויף דעם צווייטען מעג מען דאך שוין יא חולק זיין, ואת"ל מטאהר מען אויף איהם אויך נישט מחולק זיין, איז די שאלה ווער האט דאס געזאגט?
אדריטער? 


ה) אז "ציונים" געוואונען די רוצחים פון ישמעאל, און אידן זענען דאנקן דעם אייבירשן פאר זיינע נסים און חסדים , איז דאס כפירה? יא אדער ניין?

לאמיר ענטפערן מיט א שאלה, (כמשל רבינו בעל הגאולה), ווען דו האסט א גאסט בי דיר אינדערהיים, ער צינדט אונטער א פייער ביי דיר, און נאכדעם גייט ער עס אויסלעשן, דאנקסטו דעם אייבערשטן אז ער האט דיר געשיקט אזא גוטן שליח אויסצולעשן דעם פייער, אדער דו בעטס דעם אייבערשטן זיי מעניש דעם גאסט זאל ער אין די אדמה גיין
 
דו ענטפערסט ווידער נישט צו זאך,
ראשית ווי האב איך געשריבן דאנקן די ציונים? איך האב געשריבן דאנקן דעם אייבירשטן, דאס איז ביי דיר איינס?

והשנית, לפי מיטב ידיעתי זענען קיינער פון די אלטע קראכערס מיסדי המדינה  וואס זענען בין החיים- קיין איינער פון זיי איז שוין נישט מעהר אין מיליטער. איז ווי קומט דער משל דא אהער?   
 

דאס איז אונזער רעאקציע


דו ביזט אליין צוויי? אדער דו מיינסט דו מיט דיין מיסיס? 




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-12/1/2009 07:00 לינק ישיר 

אן חלילה פוגע זיין אין מרן אדמו"ר בעל ויואל משה ודברי יואל מסאטמאר זצוק"ל זי"ע וויל איך דא אריינזאגען מיין מיינונג - די מדינה שטייט היינט מיט אלע מלחמות בעסער ווי סאטמאר מיט זייערע מלחמות אין מסירה אין ערכאות אין חילול ה'

אין די מזרחיסטן אין אלע מפדלניקס אין אלע חיילים דארפן זיך גארנישט שעמען פין די סאטמארע שמחת תורה אייער ווארפערס אין ארון הקודש איבערדרייערס דער חייל וואלט זיך קיינמאל נישט דערוואקט אין א בית המדרש צי זינגען ונהפוך הוא אדער ווי איז דיין טאטע זלמן לייב אדער ווארפן אייער שמחת תורה ביינאכט אפי' ער גייט נישט מיט אזא ברייטער היט ווי הרה"ג ר' זלמן לייב פילאף שליט"א אדער הרה"ג ר' חיים דוד כץ  שליט"א



\




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2009 07:04 לינק ישיר 

An israeli solider performs his prayers as the army continues air raids on gaza.

An Israeli soldier performs his prayers near the border with Gaza, as the army continues air raids on the Gaza Strip for a third day.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2009 14:01 לינק ישיר 

הרב באטשי.

אויף דיין פארלאנג וועל איך צוריק גיין צו די נושא האשכול, כאטש ס'קוקט נישט אויס ווי דו ווילסט דוקא דארט בלייבן.

דער פותח האשכול האט סך הכל געזוכט אנצעווייזן פאר אלע פרומע ציונים -  וועלכע שרייען אז "מ'מוז מתפלל זיין פאר די הצלחה פון צה"ל, ווייל אויב נישט וועלן חלילה אלע אידן געהארגעט ווערן" - טאקע אט די נקודה מיט וואס דו שטאלצירסט אזוי. פארן רבש"ע דארף מען נישט געבן קיין עצות.

און דו מיט דיינע קנאקעדיגע זשאוקס האסט אים טאקע זייער שטארק געהאלפן ארויסברענגען זיין פונקט - געב נישט קיין עצות פארן רבש"ע וויאזוי צו ראטעווען די זעקס מיליאן אידן אין אר"י פון א פרישן האלאקאוסט, ער וועט זיי ראטעווען וויאזוי און ווען ער פארשטייט פאר גוט.

איין זאך איז קלאר. העברת פי ה' היא לא תצלח! נישט דורך עובר זיין אויף די שרעקליכע עבירה פון התגרות באומות און דחיקת הקץ וועט מען ראטעווען די אידן. אדרבא ואדרבא, דער ערשטער האלאקאוסט איז אויך געקומען אדאנק די דאזיגע עבירה, און גאט זאל האלטן די רעכטע האנט אויף אלע אידישע קינדער וואס בלוט דאס וועט נאך אפקאסטן, ה"י.

אלע אנדערע געמויזעכצער דיינע געהערן נישט אין דעם אשכול, ווי דו האסט אליין ארויסגעברענגט בטוב טעם ודעת אין דיין פריערדיגע תגובה.

הרב שמואל גבאי.

כ'ווייס נישט פונקטליך וואס דו ווילסט ארויסברענגען. אויב צב"ש איך וועל לייגן בילדער פון 'צוויי' סאטמארע אידן וואס לייגן תפילין, וועט דאס באדייטן אז סאטמאר שטייט שוין יא בעסער פונעם צה"ל?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/1/2009 17:29 לינק ישיר 

געגאנגען


אקיצער ביזטו יעצט מפרש דעם בעל האשכול, אז ער האט נישט אזא גרויסער סוס! ער האט נישט געמיינט צו געבן עצות דעם רבש"ע, נאר ער געט עצות פאר די אראבער.


לאמור, אזוי צו זאגן: טייערער ברידערלעך, וואס דארפט איר אראבער זיך צושלאגן הארגענען די אידן יעצט, ווארטס געדולדיג 50 יאהר וועט איהר עס טוהן אסאך לייכטער.


OK ער איז שוין נישט אזא גרויסער סוס, אבער נאך אלץ א פערד. ווייסטו פארוואס?

ווייל פארוואס שרייבט ער עס דא? די אראבער קענען דאך נישט קיין אידיש.


 


 

תוקן על ידי - baachi - 12/01/2009 18:12:14

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-12/1/2009 19:08 לינק ישיר 

באאכי,

אז איך בין א כופר א פערד פארשטיי איך, ווייל איך האב געשריבן אנדערש ווי דו מיינסט, אבער איך לייען יעצט איבער און נאכאמאל וואס איך האב געשריבן און איך קען זיך נישט דערמאנען ווי איך האב "איינגעטיילט" דער רבש"ע וואס צו טון.

איך וועל אראפברענגען א חלק פון מיינע ווערטער, און דערצייל מיר פון וועלכע ווארט האסט אזוי ארויסגעדרינגען:

עס איז דא געדרוקט פון רבין ז"ל אין פארשידענע דרשות אז די מדינה דארף בטל ווערן פאר משיח וועט נאך קומען, ווי די גמ' זאגט אין בן דוד בא עד שתכלה מלכות הזלה מישראל, און מענטשן האבן אסאך מאל פראגעס איבער ווי אזוי דאס קען פאסירן, געב איך דא עטליכע לינקס וואס מען זעט קלאר אז ס'איז דא אזא מעגליכקייט, וואס אוודאי איז ביים רבש"ע דער כל יכול דא אן א שיעור מעגליכקייטן ווי אזוי דאס זאל פאסירן איז אבער אינטערעסאנט אז דאס ווערט שוין ארומגערעדט אין פארשידענע קרייזן אינערהאלב די מדינה אליינס.

איך האב סך הכל געשריבן א הייפאטעטישע ענטפער צו דאס וואס אסאך פרעגן ווי אזוי "קען" מעגליך זיין אז די מדינה זאל אויפהערן צו עקזיסטירן אן דעם וואס אידיש בלוט זאל פארגאסן ווערן. איך האב נישט געגעבן מיין ארעמע פערדישע מיינונג פארן כל יכול וואס ער "זאל" טון. און זיכער האב איך נישט געשריבן אז אזוי "וועט" זיין, ווען אפי' די וואס רעדן ארום דערפון, שרייבן אז דאס זענען זיסע חלומות פון די אראבער.

---------

מיר געפעלט ווי אזוי מען האט אזוי שנעל אפגעקויפט די ווערטער פון באאכי וואס איז שוין געקומען צו א מסקנא איבער וואס איך האב געשריבן נאך פאר מען האט אפגעלייענט מיינע ווערטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ווי אזוי די מדינה הציונות קען בטל ווערן אן מלחמות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext