בית פורומים כל העולם כולו

גליון לא בחיל פון נטרונא הסברה לאור המצב בארה"ק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/1/2009 00:29 לינק ישיר 
גליון לא בחיל פון נטרונא הסברה לאור המצב בארה"ק


באקומען און אישית:
 

ביטע שרייב קעפל: גליון לא בחיל פון נטרונא הסברה לאור המצב בארה"ק

שרייב אינעווייניג: בבקשה להדפיסו ולהפיצו בבתי מדרשים של השכונה


די פראבלעם איז אבער אז עס איז א PDF דאקומענט פון 12 בלעטער, קען מיר איינער זאגן ווי אזוי דאס ארויפצולייגן?




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/1/2009 00:38 לינק ישיר 

איך האב עס ארויף געלייגט פאריגע וואך אין אן אנדערען אשכול



A Gilyon Notrina * codebase="http://download.macromedia.com/pub/shockwave/cabs/flash/swflash.cab#version=9,0,0,0" id="doc_840727172081898" name="doc_840727172081898" classid="clsid:d27cdb6e-ae6d-11cf-96b8-444553540000"    ="" width="100%" align="middle" height="500">                                                                                                                <*   

    Publish at Scribd or explore others:           

_________________


ויואל משה - על הגאולה ועל התמורה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2009 01:13 לינק ישיר 

 אז ירננו כל עצי היער

ווייל אמאהל פלעגט די שטותים שרייבן אויף פאפיר האט מען געדארפט אפהאקן ביימער, 
יעצט פאר ביאת המשיח, נתגלה געווארען דער היידפארק, שפארט מען מיט פאפיר 

והוא פשט נכון.

דורכלויפנעדיג דען לאנגן בייכעדיגן קונטרס - למה נקרא שמו לחם עוני שעונין עליו דברים הרבה
האב איך באמרקט ווי דער שרייבער טענהט זיך אויס די מדארף נישט מלחמה האלטן מיט די אראבער, ווייל סהעלפט נאהר אויף א שטיק צייט און שפעטער קומען זיי צוריק.  דער לאגיק איז שטאהל און אייזן.

איך וויל נאר דער מאנען דעם שרייבער אז ער זאל אויפהערען שניידן די נעגל יעדע וואל, אויך די האר אויך שבת חנוכה, סוואקסט מיילא צוריק.   

שרייב אויך אריין אבריעף צו מעיאר פון דיין שטאט, אז ער זאך אויף הערען זיך צו ארום צו יאגן מיט די גנבים און די רוצחים, זיי קומען מיילא אלעמאהל צוריק פרישע, און סווערען אויך געהרגעט פאליציי, ממש מתיר את בשרכם, ער זאל זיי געבן די זיינע דורך געטריבענע עצות וויאזוי שלום צומאכען און זיך אונטער געבן  מיט אלע פארברעכערס און מאפיאנערן וועט זיין שטיהל און שלום.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-12/1/2009 02:57 לינק ישיר 

באטשי, דיין געלונגענע פעדער איז צו באוואונדערן, אבער דיינע קרומע מייינונגען נאך מער...

מאך זיי מוחל א חשבון:
וויאזוי וואלט אויסגעקוקט דיינע נעגל נאך קיינמאל שניידן,
וויאזוי וואלט אויסגעקוקט מיין שטאט אן אויסראטן גנבים און רוצחים,
און וויאזוי וואלט אויסגעקוקט דאס אידישע פאלק אן זיך רייצן מיט די אראבער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2009 03:24 לינק ישיר 


אלזא
 האלטסטו אז אידען זענען זיך אליין שולדיג פארוואס מען האט זיי פיינט.

דו האלטסט נאר דעהם אין אין איינציגען אנטיסעמיטשען בלבול?

וואס הערט זיך מיט די בלוט אויף די מצות?
פראטאקלן פון ציון?
שענדן דאס הייליגע ברויט?
געהאנגען דעם גאט?
מאנס דעוועהן מאריא?
 
אז דו ווילסט זיין איין אנטיסעמיט, טו עס בשלמות,

שמעתי אז אל שארפטאן זוכט א שרייבער אויף אידיש. . 
 

איך האף אז דו פארשטייסט וואס איך מיין נישט דו גייסט אנרופען דעם גראבן  שארפטאנס אפיס   




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-12/1/2009 05:41 לינק ישיר 

ביי דיר איז נעגל מיט האר די זעלבע ווי אידיש בלוט וואס ווערט פארגאסן ע"י זדים ומלשינים עוקרי הדת...עד היכן יגענו...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2009 06:25 לינק ישיר 

באטשי

א געשמאק צו ליינן דיין פערל ווערטער.

איך שטום איין מיט דיר אויף דעם פונקט, אז מ'דארף טוען וואס מען קען, אפילו עס וועט נישט אנהאלטן, און אז יודן וועלן זיין פארהאסט אן קיינע תירוצים, אבער דו אליין טוסטו דאך נישט אטאקירן דעם עיקר אז אלץ ערליכע יודן ווילן מיר נישט קיין משיח מיט די הילף פון וואנזיניגע אפקורסים, מושחתים און סתם פוסטע ליידיג גייער.

איז אפילו דו ביסט גערעכט מיט געוויסע נקודות, טוט עס אבער נישט אפ-פרעגן דעם תוכן.

זעמער איינשטימיג?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2009 06:58 לינק ישיר 

אנרגיה

א פארגעניגן צו טרעפען א מודה על האמת, הלוואי אוויף מיר געזאגט 

ווי קומט דא אריין משיח אין דעהם בילד? ווייל משיח איז נאך נישט געקומען מעג מען לאזען רוצחים אויסהארגענען יידען?

די  הלכה אז נכרים שבאו על עסקי קש ותבן בעיר הסמוך לספר יוצאין עליהם אפילו בשבת איז געזאגט געווארן אפילו אין בבל, 


תלמוד בבלי מסכת עירובין דף מה/א
במה דברים אמורים כשבאו על עסקי ממון אבל באו על עסקי נפשות יוצאין עליהן בכלי זיינן ומחללין עליהן את השבת ובעיר הסמוכה לספר אפילו לא באו על עסקי נפשות אלא על עסקי תבן וקש יוצאין עליהן בכלי זיינן ומחללין עליהן את השבת אמר רב יוסף בר מניומי אמר רב נחמן ובבל כעיר הסמוכה לספר דמיא ותרגומא נהרדעא 

סאיז איין אויסגעפסקענטע הלכה אין רמב"ם אין און טור,

סקאטאמאלען

דאס אידיש בלוט ווערט פארגאסן דורך דיינע אומשולדיגע שטינקעדיגע אראבישע רוצחים נישט די "ציונים"  
 
להלכה מען מעג לכתחילה גיין אין מלחמה אריין צוליעב דעהם אפילו עס איז דא אמעגליכקייט פון קרבנות 

דא איז דער המשך פון די גמרא הנ"ל מיט לשון התוספות   

דרש רבי דוסתאי דמן בירי מאי דכתיב ויגידו לדוד לאמר הנה פלישתים נלחמים בקעילה והמה שוסים את הגרנות תנא קעילה עיר הסמוכה לספר היתה והם לא באו אלא על עסקי תבן וקש דכתיב והמה שוסים את הגרנות וכתיב וישאל דוד בה' לאמר האלך והכיתי בפלשתים האלה ויאמר ה' אל דוד לך והכית בפלשתים והושעת את קעילה מאי קמבעיא ליה אילימא אי שרי אי אסור הרי בית דינו של שמואל הרמתי קיים אלא אי מצלח אי לא מצלח דיקא נמי דכתיב לך והכית בפלשתים והושעת את קעילה שמע מינה:
 

תוספות עירובין דף מה/א
 אי מצלח אי לא מצלח - וא"ת א"כ היכא דריש ר' דוסתאי דמחללין עליו השבת דלמא חול היה אי משום דמספקא ליה דכתיב וישאל דוד הא מסקינן אי מצלח אי לא מצלח ויש לומר דמוכחא מילתא מדקאמר נלחמים בקעילה דקרי ליה מלחמה ומסר דוד עצמו על עסקי תבן וקש שמע מינה דמחללין עליה נמי את השבת:

א מזל סנישט געווען דארט דער אנגעריסענער פון נטרוניתא ער וואלט דוד המלך שוין געשטעלט אויפן פלאץ.  




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-12/1/2009 14:39 לינק ישיר 

די פארגלייכסט דוד המלך ע"ה וואסי געגאנגען ע"פ השם לקדש ולרומם ה', צו להבדיל א"א הבדלות אט די עוקרי הדת? עד היכן יגענו?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2009 16:01 לינק ישיר 

סקאטא

"דוד המלך ע"ה וואסי געגאנגען ע"פ השם לקדש ולרומם ה'"

לשון התוספות,
" ומסר דוד עצמו על עסקי תבן וקש "

ענק לערנען קאמפיוטער פאר תוספות?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-12/1/2009 17:45 לינק ישיר 

אט די עסקי תבן וקש איז זיכער געווען ע"פ רוה"ק ולעשות נח"ר ולגדל ולקדש שמו ית', וחלופיהן בגולם וואס מ'איז שופך דם ישרא' פאר ענקער פארשטינקענע מדינה'לע...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2009 17:51 לינק ישיר 

באטשי
 מען האט נישט געקענט ארויס גיין אין קיין מלחמה אן קיין אורים ותומים, אלעס איז געווען ע"פ ה' .

די ווילסט טאקע פארגלייכן דוד המלך צי רוצחים אין אפיקרסים, צי די צוינים וואס זייער גאנצע שטרעבן איז אויס צירייסן די תורה  רח"ל.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/1/2009 18:08 לינק ישיר 

אירגינעלער

" מען האט נישט געקענט ארויס גיין אין קיין מלחמה אן קיין אורים ותומים, אלעס איז געווען ע"פ ה' . "

אונזער תורה האלט אבער אנדערש

רמב"ם הלכות מלכים
(א) אין המלך נלחם תחלה אלא מלחמת מצוה ואי זו היא מלחמת מצוה זו מלחמת שבעה עממים ומלחמת עמלק ועזרת ישראל מיד צר שבא עליהם ואחר כך נלחם במלחמת הרשות והיא המלחמה שנלחם עם שאר העמים כדי להרחיב גבול ישראל ולהרבות בגדולתו ושמעו:
(ב) מלחמת מצוה אינו צריך ליטול בה רשות בית דין אלא יוצא מעצמו בכל עת וכופה העם לצאת אבל מלחמת הרשות אינו מוציא העם בה אלא על פי בית דין של שבעים ואחד:

ווי האסטו דא אורים ותומים?

די חשמונאים האבן נישט געהאט נישט קיין מלך און נישט קיין אורים ותומים

"די ווילסט טאקע פארגלייכן דוד המלך צי רוצחים אין אפיקרסים, צי די צוינים וואס זייער גאנצע שטרעבן איז אויס צירייסן די תורה  רח"ל. "

פאקט איז אז מען לערנט ארויס פון דוד המלך א הלכה לדורות ווי אזוי זיך פיהרין, דאס איז מחייב אלע אידן אפילו "ציונים".

און צודעהם רעדסטו צוזאמען וויסטע ווילדע פאנטאזיעס. 99 פראצענט פון אידישע סאלדאטן  וואס שלאגן זיך דארט מיינען נאר צו דערהארגענן דעם שונא נישט "אויסצורייסין תורה"



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-12/1/2009 18:23 לינק ישיר 

100% פון די סאלדאטן זענען דארט ווייל די עוברי הדת אהוד אלמורט מיט ציפי ליבני האבן זיי אהין געשיקט, ביי דיר איז דאס דוד המלך מיט רמב"ם'ס, עד היכן יגענו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2009 18:49 לינק ישיר 

באטשי

די פרעגסט:
ווי קומט דא אריין משיח אין דעהם בילד? ווייל משיח איז נאך נישט געקומען מעג מען לאזען רוצחים אויסהארגענען יידען?

מיין אנמערקונג איז געווען אז די האסט פארפאסט דעם עיקר פון דעם גליון.

דער פראבלעם דא איז אז די מלחמה גייער דא, גייען נישט אין מלחמה אלץ די הלכה פון נכרים שבאו על עסקי וכו'! זיי האבן נישט געפרעגט קיין שאלות נישט ביים גרינדען די מדינה און נישט יעצט. קען זיין אז יעצט דארף מען יא גיין אין מלחמה, און דאס דארפן תלמידי חכמים באשלוסען, אבער דער גליון וויל אונז דערמאנען, אז אונז זאלמיר נישט ווערן 'עקסיידטעט' פאר די נצחנות (הלוואי) פון די איזרעליס, און מיר זאלן נישט פארגעסען אז מ'האנדלט דא מיט מענטשן וואס גלייבן נישט און קיין תורה, משיח, גאולה און אפילו נישט אינעם באשעפער.

קען טאקע זיין אז אונז האבען זיך דערקייקלט צו אזא נידריגקייט אז דער אייבישטער וויל אונז באהוטען דורך אפיקורסים, און נישט דורך משיח'ן, השם ירחם, אבער דאס, פארשטייט זיך, ברענגט נישט קיין גרויס-האלטעריי, נאר פונקט פארקערט, דאס ווייזט דאך וואו ווייט אוועק אונז זעמער נעבעך פארווארפן און פארשטופט אונעם זומפ פונעם גלות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2009 19:31 לינק ישיר 

סקאטא

דאס זענען דיינע לעצטע פיהר תגובות

ביי דיר איז נעגל מיט האר די זעלבע ווי אידיש בלוט וואס ווערט פארגאסן ע"י זדים ומלשינים עוקרי הדת...עד היכן יגענו...

די פארגלייכסט דוד המלך ע"ה וואסי געגאנגען ע"פ השם לקדש ולרומם ה', צו להבדיל א"א הבדלות אט די עוקרי הדת? עד היכן יגענו?

אט די עסקי תבן וקש איז זיכער געווען ע"פ רוה"ק ולעשות נח"ר ולגדל ולקדש שמו ית', וחלופיהן בגולם וואס מ'איז שופך דם ישרא' פאר ענקער פארשטינקענע מדינה'לע...

100% פון די סאלדאטן זענען דארט ווייל די עוברי הדת אהוד אלמורט מיט ציפי ליבני האבן זיי אהין געשיקט, ביי דיר איז דאס דוד המלך מיט רמב"ם'ס, עד היכן יגענו

מעגסט שוין טוישען דעם ניגון 

דיין טאקטיק פון זיך מאכען טעמיש  און אויסמישען משל מיט נמשל, ווערט שוין צוגעגעסן.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > גליון לא בחיל פון נטרונא הסברה לאור המצב בארה"ק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext