נייע חרדי'שע צייטונג אין ארץ ישראל - "המבשר"
די וואך גייט ענדליך ארויסקומען די נייע צייטונג וואס מאיר פרוש האט פארשפראכן ארויסצוגעבן נאך זיין הילכיגן דורכפאל אין די ירושלימ'ער מעיאר וואלן. די צייטונג גייט זיך רופן "המבשר", און וועט אנטהאלטן טייל פון די בעסטע נעמען אין די חרדי'שע מידיא.
זאך קענער זאגן אז די צייטונג קומט ארויס בעיקר ווייל אן דעם איז דער יארן לאנגער כח פון משפחת פרוש פארטיג. מאיר פרוש האט אלעס געשטעלט אין קאן ביים זיך ארויסשטעלן אלס מעיאר אן קיינעם פרעגן, און ער האט מיאוס דערלייגט. אן דעם יעצטיגן צייטונג וואלט דאס געווען דער טויט קלאפ פאר זיין פאליטישן כח. פאקטיש, אויב די צייטונג ארבעט זיך נישט אויס, איז ער טאטאל אראפ פון די פאליטישע מידיא.
אין די זעלבע צייט מיינט עס אויך אז דער מיליטאנטישער קרייז צווישן די חרדים וועט יעצט צום ערשטן מאל באקומען א עמטליכן שופר, וואס וועט מסתמא שטארק ארויפברענגען די אזוי אויך שטארקע מיליטאנטישע שטרעמונג אינערהאלב די חרדים.
|
|