Amendemnt XX
(Ratified January 23, 1933
Section 1
The terms of the President and Vice President shall end at noon on the 20th day of January, and the terms
of Senators and Representatives at noon on the 3d day of January, of the years in which such terms would have ended if this article had not been ratified; and the terms of their successors shall then begin.
די איינציגסטע סיבה פארוואס דאס ווייסע הויז האט באשלאסן יא איבערצומאכן די שבועה איז כדי צו פארמיידן קאורט שלאכטן, ווייל עס וואלט זיך שוין געיאוועט איינער וואס וואלט געגאנגען אין קאורט אז אבאמא איז נישט קיין עכטער פרעזידענט, ווי מען האט שוין געזען מיט יענע קאנספיראציע-גלייבער וואס האבן געהאלטן אין איין לויפן אין קאורט טענה'ן אז אבאמא איז נישט געבוירן אין אמעריקע,
און דאס וואלט סתם אזוי פארדרייט א קאפ, געקאסט געלט און אוועקגעשלעפט די אטענשאן פון אבאמא'ס פאליסיס.
נשלח ב-23/1/2009 00:15
זיסקייט, Don't shoot the massanger.
איך בין אומאיינשטימיג מיט דיר אז 'אלע' קאנסטיטוציאנעלע עקספערטן האלטן אז אבאמא קומט אויטאמאטיש אריין. קוק צום ביישפיל דא וואו ער ציטירט פון א פראפעסאר אויף קאנסטיטוציאנאלער געזעץ וואס האלט אז ווילאנג אבאמא איז נישט געווארן איינגעשוואוירן איז קאנדאליזא רייס, דערנאך זשאו ביידען, געווען פרעזידענט!
(ער לייגט אפילו צו אז טעכניש איז אבאמא נישט דער ערשטער שווארצער פרעזידענט...)
דער אמענדמענט זאגט טאקע אז "דער טערמין פון זייערע נאכפאלגער זאל זיך דאן אנהייבן", אבער ס'זאגט נישט ווער דער נאכפאלגער איז. עס קען פונקט אזוי זיין די סעקרעטערי אוו סטעיט אדער פריש איינגעשוואוירענער וויצע פרעזידענט. (ס'איז דא אזעלכע וואס האלטן בכלל אז ס'באציט זיך נאר אויף די קאנגרעסלייט און סענאטארן).
מיטן שכל קען מען גיין ביידע וועגן. ס'לייגט זיך נישט אויפן שכל אז דער אמענדמענט האט געזוכט איבערצוגעבן די מאכט פאר אן אנדערן אויסער דעם נארוואס ערוועלטן פרעזידענט, פון די אנדערע זייט לייגט זיך פונקט אזוי נישט אויפן שכל אז אמעריקע זאל האבן א פרעזידענט וואס איז זיך נישט מתחייב איינצוהאלטן, באשיצן, און פרעזערווירן די קאנסטיטוציע.
[און כדי עס בעסער צו פארשטיין וועל איך צולייגן דעם פאלגנדן, עטוואס קאמפליצירטן, פונקט:
איך גלייב אז זיסקייט און אלע אנדערע קאנסטיטוציאנעלע עקספערטן זענען איינשטימיג מיט מיר אז בעפאר די צוואנציגסטע אמענדמענט האט יעדער פשוט פארשטאנען אז דער קאנסטיטוציאנאלער פארלאנג פון נעמען די שבועה איז בינדענד, און אז די ערשטע עטליכע און צוואנציג פרעזידענטן ביזן ערשיינען פון דעם אמענדמענט זענען לעגאל נישט געווארן פרעזידענט ביז ווען זיי האבן גענומען די שבועה.
אלזא, איז זייער שווער צו זאגן אז מיטן צולייגן דעם צוואנציגסטן אמענדמענט האט יענער קאנגרעס אפגעשאפן די אנגענומענע און פארשטענדליכע מיינונג אז צו זיין א פרעזידענט דארף מען אננעמען די פארלאנגטע שבועה.]
נ.ב. דער אמת איז אז די שאלה איז נוגע יעדעס מאל וואס א פרעזידענט ווערט איינגעשוואוירן. דא איז עס נאר געווארן מער אינטערעסאנט צוליב דאס דרייען מיט די צונג פונעם הויפט ריכטער און דעם נייעם פרעזידענט - וואס, אגב, איך בין איינשטימיג דערמיט מיט זיסקייט אז די ערשטע שבועה איז לכאורה אויך גענוג קאנסטיטוציאנאל אויסגעהאלטן.
תוקן על ידי - אפשר_דאך - 23/01/2009 0:15:26
_________________
נשלח ב-23/1/2009 03:26
איך האב נאכאמאל איבערגעקוקט די גאנצע זאך, סתם פאר פאן, און איך וויל ענדיגן מיט 2 וויכטיגע הערות:
1) איך בין נישט געווען גערעכט מיטן אננעמען אזוי זיכער אז בעפאר דאס צולייגן די צוואנציגסטע אמענדמענט האט יעדער געהאלטן אז די שבועה איז בינדענד. פאקטיש האט זשארזש וואשינגטאן גענומען די שבועה איבער א חודש נאכן ווערן פרעזידענט, און עס שיינט אז קאנגרעס האט אפיציעל אנגענומען אז ער איז געווארן פרעזידענט אין דעם ערשטן דאטום.