|
|
| נשלח ב-29/1/2009 21:18 |
|
| |
וואס איז געבליבן ביי די אסיפה...
דעם פארגאנגענעם מאנטאג איז פארגעקומען א ריזיגע אסיפת הרבנים וואס ניו יארק האט זעלטן ווען געזען, מען איז זיך צוזאמען געקומען דן זיין אין א שווערע שאלה
צו מען מעג ארויסנעמען די תימנ'ע אידן פון תימן
וואס איז די שאלה
ס'הייסט משנה זיין, דער רבי ז"ל האט זיי נישט ארויסגענומען
צו ווייסט אפשר איינער וואס איז געבליבן ביי די אסיפה????
|
|
|
|
| נשלח ב-29/1/2009 23:14 |
|
| |
איך מיין אז זייטן טיילונג איז נאך נישט געווען אזא אסיפה מיט אזויפיל רבנים
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2009 01:26 |
|
| |
האט מען ביי די אסיפה געבעטן יעדן רב ער זאל ביי זיך אין קהלה, ביהמ"ד, חסידות, ישיבה, אויפטרייבן געלטער פאר דעם צוועק?
האט מען ביי די אסיפה געבעטן יעדן רב ער זאל פרובירן צו רעדן צו פאליטישאנס צו פועל'ן ביים סטעיט דעפארטמענט?
איז עס געווען א ציל צו ווייזען פאר וואשינגטאן ווי שטארק וויכטיג דער ענין איז?
איך פרעג נישט חלילה צו קריטיקירן , איך פרעג צי איינער קען מסביר זיין --- אויף אן ערנסטען אופן --- וואס די אסיפה האט געדארפט ברענגען
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2009 01:29 |
|
| |
סקאט ס'איז טאקע געווען די גרעסטע אסיפה זייט דעם טיילנוג
אבער אויפגעטען האט מען מיין איך גארנישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2009 02:09 |
|
| |
מהר"א ט"ב האט נישט געקענט אויפדערודערן די גאנצע וועלט ווייל ער געפינט זיך אויף אפרוה,
ווי אויך איז נישט אמת אז מען האט געזעצט דעם סאטמארער רבי'ן מהרז''ל שליט"א אין די זייט נעבן באבוב 45, פאפא, בני סקווירא
און נישט אןיפן אויבנאן
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 01/02/2009 5:44:25
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2009 10:49 |
|
| |
און ווען ער איז שוין יא געווען האט ער גארנישט מיט געהאלטן ווייל ער האט גענאפעצט אין גרויסן מען געהערט ווי ער חארקעט, זעט אויס ער איז אויף געווען ביינאכט און ער האט פלייסיג געלערנט .
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2009 22:54 |
|
| |
ביי די אסיפה איז באשטימט געווארן אז יעדער איד וואס באלאנגט צום יהדות החרדית, זאל זיך משתתף זיין מיט לכל הפחות 100 דאללער צו הצלת נפשות און די וועד ההצלה קאמיסיע פון סקולענער רבי'ן שליט"א האבן שוין אנגעהויבן מיט פעילות ההצלה אין לאנד תימן, טראץ די עקשנות'דיגע שטעלונג פון די דארטיגע בני ישמעא-ל האט מען די וואך שוין מצליח געוועהן צו פראצעסירן די רעפיודשי פאפירן פאר בערך 180 נפשות צו קענען קומען קיין אמעריקא. בעזהשי"ת אין 3 ביז 4 חדשים ארום וועלן די פלטים ענדיגן די פאפירן און קענען אריינקומען אין אמעריקא.
אויך די בריטישע עסקנים פון לאנדאן ארבעטן אויף קעסל און כלים צו באקומען די רעפיודשי געזעץ באשטעטיגט אין ענגלאנד. מ'האפט צו הערן נייעס אין די קומענדע וואכן.
דער ציבור זאל מתפלל זיין אז זיי זאלן מצליח זיין
|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2009 03:50 |
|
| |
ווער גייט זיין די ההנהלה ווער גייט קאנטרעלירען דאס געלט
וועט נאכמאל דארפען כ"ק הרה"צ מסקולעני מאנטריאל שליט"א דארפען מאכען סדר
און זאגען אין משנין מצדקה לצדקה
|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2009 05:44 |
|
| |
אזהרה, נישט פארדרייען א קאפ. ווער ס'וועט פרובירן צו עקטן ווי אן אהרוני אדער א זאלוני וועט ארויסגעווארפן ווערן.
נישט שפילן מיט די אינטעלידזשענס פון די ליינער.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2009 07:35 |
|
| |
מיין חבר האט מיר פינקט געזאגט די שבת אז ער האלט אז מ'דארף זיי דארט לאזן וויל ער טענה'ט אז דארט זענען זיי נאך ערליך אין ווען זיי קימען דא מאכט מען זיי פאר קנאים אין זיי פארן אפ.
איך האלט אז ער איז גערעכט אז זיי פארן אפ ווען זיי קימען אהער אבער דאס וואס ער זאגט אז זיי זאלן בלייבן דארט ווייס איך שוין נישט...
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2009 08:12 |
|
| |
אין אנדערע ווערטער, דיין חבר איז גרייט זיי זאלן געהארגעט ווערן רח"ל, דו ביזט גרייט זיי זאלן געשמד'ט ווערן רח"ל, אבי זיי זאלן חלילה נישט 'אפפארן רח"ל'.
און מיר וויל מען נאך איינרעדן אז אין מאנסי זענען פאראן גוטע דאקטוירים.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2009 07:02 |
|
| |
געהארגעט ווערן קען מען דא אויכעט אין דא איז איז אויך דא גענוג מיסיאנערן וואס קענען זיי אפשמאדן דא אויכעט!!!
_________________
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|