| נשלח ב-29/1/2009 21:20 |
|
| |
התאחדות: ווערעם נישט קיין פראבלעם!
נאך וואס פילע כשרות ארגאניזאציעס זענען ארויסגעקומען מיט א קלארן "ריקאל" און איסור אויף ראזינקעס, און נאך אסאך ארגאניזאציעס און מכשירים האבן דערקלערט אז ראזינקעס זענען זייער ווערעמיג, איז "התאחדות" אין א שטוינענדע אקציע ארויסגעקומען מיט א בריוו אז נאך זייערע "בירורים" איז אלעס פיין און מ'קען רואיג עסן די ווערעמיגע ראזינקעס!
ווי איך הער שטורעמען אלע אנדערע מכשירים אויף די נארישע און אומאויסגערעכנטע אקציע, ווען פארשידענע משגיחים און כשרות עקספערטן האבן בודק געווען ראזינקעס און געטראפן קלאר אז ס'איז ליידער שרעקליך אנגעפילט מיט ווערעם, אבער אנשטאט זיך פארבינדן מיט די באטרעפענדע מכשירים האבן זיי ענדערש אויסגעקליבן ארויסצוגעבן אזא לויזע צעטל.
אבער ווי מיר ווייסן איז היינט שוין נישט דא דארט אויף וועם צו פרעגן קיין קשיות..
|
|
|
|
| נשלח ב-29/1/2009 21:47 |
|
| |
בארואיג דיך דו כלל טוער.
ליידער זענען מיר באשאנקען געווארן די לעצטע פאר יאר מיט ווערעם זוכערס וועלכע זוכן ווערעם אין יעדע איינציגסטע זאך.
מיט די היינטיגע טעכניק קען מען שוין איינקויפן די סאפיסטיקירטסטע פארגרעסערונג גלעזער מיט וועלכן מען קען זען אפילו ווערעם וואס עקזיסטירן נישט.
אונזערע זיידעס האבן נישט געהאט די אלע פאטענטן און סאפיסטיקירטע קאמפיוטערייזד אפאראטן און זיי האבן געגעסן די אלע פרוכט און הנאה געהאט. ע"פ הלכה איז מען נישט מחויב זיך צו קויפן דעם בעסטן פארגרעסערונג גלאז כדי אויפצוזוכן ווערעם פון וועלכע אונזערע זיידעס און עלטער זיידעס האבן נישט געוואוסט.
ס'איז נאנט דער טאג וואס מען וועט נישט קענען אריינברענגען קיין שום עסן אינדערהיים ווייל מען וועט טרעפן ווערעם אין יעדע איינציגסטע זאך. און ווער רעדט פון עסן? נאך אביסל וועט מען נישט טארן אטעמען קיין לופט ווייל ס'וועלן שוין זיין פארגרעסערונג גלעזער מיט וועלכע מען וועט קענען זען די מיקראבן אין די לופטן אזוי גרויס ווי לעבעדיגע חיות.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/1/2009 22:23 |
|
| |
כלל טוער.
1) אויב מ'האט געטראפן ווערים אין ראזינקעס איז עס נישט "ליידער"...
ליידער זאגט מען אויב איינער איז "ליידער נכשל געווארן"...
2) אויב די לישקע בי"ד איז לכתחילה מתיר טרינקען ניו יארק סיטי וואסער אן א פילטער, כאטש יעדער קען זען שרצים דערין, וואס איז די קשיא אויף ראזינקעס?
|
|
|
|
| נשלח ב-29/1/2009 22:49 |
|
| |
זיסקייט דער פראבלעם איז גאר אנדערש, אמאל פלעגט מען ניצן שטארקע פעסטיסיידס און עס פלעגט אויסראטן די ווערים, היינט לאזט מען נישט ניצן די פעסטיסיידס, טרעפט מען מער ווערים.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/1/2009 23:41 |
|
| |
זשוליאני, איז דאס א קשיא אדער תירוץ? זיסקייט, דו ביסט צוקער זיס, אבער ווען ס'איז איין בעל דמיון, אדער איין יחיד ערפינדט אזא זאך אז ס'איז דא פיל מיט ווערעם אין די ראזינקעס, קענסטו האבן רעכט, אבער אזוי ווי דאס איז באשטעטיגט געווארן דורך אסאך מכשירים און עקספערטן, איז דאס דער מציאות, און ווען ס'קומט איין ארגאניזאציע און ווייזט "חכמה" מיט זאגן אז "יעדער" מעג אלעס "עסן" ווייזט דאס אויף עפעס זייער נישט אין ארדענונג!
דא האט דער וואלאווער רב שליט"א געמאכט א ריקאל, נירבאטור רב שליט"א געמאכט א ריקאל, קהל עדת ישורון, סקווירא, בי"ד טארטיקוב און נאך פילע וועד הכשרות ארגאניזאציעס האבן געמאכט בירורים און ארויסגעקומען אז ס'איז געפערליך ווערעמיג און "אסור" צו עסן, און איין אויבער חכם קומט און זאגט "עסטס קינדערלעך, עסטס ווערעם".. איז דאס א שארף רויטע ליכט..
ס'איז שוין נישט די ערשטע מאל וואס ביי יעדן איז א חשש און ביי "התאחדות" איז אלעס אין בעסטן ארדענונג, ס'וועט זיי קיינמאל נישט פאסן זיך מודה צו זיין אז עפעס האט נישט געטויגט, ביי אלע מכשירים מאכט זיך ריקאלס און כשרות עלערטס, חוץ ביי זיי, ענדערש זאל מען עסן כל דבר אסור, אבער זייער כבוד המדומה זאל נישט בארירט ווערן.. דוק ותשכח!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2009 00:01 |
|
| |
איך גיי נישט אריין צו ס'איז יא צו נישט, איך בין נישט קיין רב המכשיר און איך קען נישט אריינרעדן דא, די פינטל איז, פארוואס איז התאחדות אייביג דער וואס איז מתיר און ביי זיי איז עפעס אייביג אלעס פיין און גוט, ווען ביי די ערליכע גוטע השגחות קען זיך מאכן ריקאלס און זיי זענען מודה און זוכן צו מתקן זיין זייערע פראבלעמען?
ב. איז התאחדות די זעלבע סטענדערד ווי או. יו.?
ג. איז KAJ א העכערע לעוועל ווי התאחדות?
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2009 01:50 |
|
| |
כלל טוער, ווי עס שיינט איז דיין אימוויסנהייט און תורה און אין כשרות ברענגט דיך אראפצורייסן אזוי מיאוס התאחדות הרבנים, על פי הלכה ווילאנג עס איז נישט קיין מיעוט המצוי איז עס מותר לכתחלה, די חכמה איז בכלל נישט מחמיר צו זיין די קונץ איז מיקל צו זיין
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2009 02:50 |
|
| |
ע"פ הלכה איז מען נישט מחויב צו קויפן דעם בעסטן מייקראסקאפ צו טרעפן ווערים וואס עקזיסטירן נישט
ההלכה אינה מחייבת אותנו לחפש תולעים בלתי נראים, אלא שלעיתים יש תולעים נראים שלא מבחינים בהם במבט ראשוני ושטחי, ואילו בהתבוננות יותר ממוקדת שמים לב שהם קיימים.
בודאי שיצורים שניתן להבחין בהם רק במקורוסקופ לא קיים לגביהם איסור אכילה, שאם היה קיים לא היינו יכולים לאכול כמעט דבר.
מצינו בספרי האחרונים שהעירו, שאין לחוש למה שרואים בזכוכית מגדלת ומיקרוסקופ תולעים רוחשים במים או בחומץ, שאינם נראים לעין אדם כלל וכלל. וכמו שמבואר בבינת אדם (כלל לח סי' מט), שהביא מ"ש בספר הברית, שנתברר שא"א ליין להיות חומץ עד שירום תולעים והמסתכל בזכוכית מגדלת שנקראת מיקרוסקופ יראה כל החומץ מלא תולעים, ולכן אסור לאכול חומץ אפילו ע"י סינון דרך בגד דק מאוד, ואין לו תקנה אא"כ יבשל החומץ תחלה ואח"כ יסננהו דרך בגד דק מאד. וכ' ע"ז, שאין לאסור מטעם שהחומץ בכח יש בו תולעים, שא"כ לא נאכל בצים, שהרי כתב בס' הברית שבקשר הביצה נראה אפרוח, אלא דבר הבל הוא שלא אסרה תורה מה שבכח אלא מה שיצא לפועל, אלא כוונתו לאסור חומץ שכאשר מסתכלים בו נגד השמש נראין בו תולעים. ע"ש. גם הגר"ש קלוגר בשו"ת טוב טעם ודעת תנינא (בקו"א סי' נג) כ', שאין בדיקה בזכוכית מגדלת מעלה ומורידה, שהרי ידוע מה שאומרים המומחים שאם נביט במים בזכוכית מגדלת נראה בכל מים תולעים, ומדלא משגיחינן על זה, על כרחך שהבדיקה בכלי זה לא מהני כלל אף להחמיר. ע"ש. וכ"כ בס' מאורי אור (קן טהור דפ"ח ע"א). ע"ש. וכן מצינו עוד כיוצא בזה בתפארת ישראל (פ"ב דע"ז מ"ו, בועז סק"ג), שהביא שגדול אחד חשב להתיר דגים שאין הקשקשים שלהם נראים לעין אלא ע"י מיקרוסקופ, ואוושי עליה כולי עלמא, ונפיק שיפורי דידהו לאיסורא, ונשתקע הדבר ולא יאמר. וה"ט שכל שאינו נראה לעין בלי אמצעות זכוכית מגדלת לא נקרא קשקשת. וכן בנקבים שבאיברי הבהמה, אין שום ס"ד ללכת אחר מה שניכר לעין באמצעות מיקרוסקופ, שהתורה אמרה לנו לסמוך רק על הנראה לעין אדם בלי כל זכוכית, וכן כל כיו"ב. עכת"ד.
(טייל פון די אינפארמאציע קומט פון א תשובה פון הרב עובדי' יוסף)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2009 03:47 |
|
| |
אוודאי און אוודאי בין איך צו קליין און נישטיג זיך צו קענען פארמעסטן מיט די גדולי הרבנים, וועלכע האבן גע'פסק'עט אז מען טאר נישט עסן קיין ראזינקעס, און אוודאי און אוודאי איז גאסט גערעכט אז אויב זענען דא ווערים אין פרוכט טאר מען עס נישט עסן. מיין פוינט איז נאר אז אויב האבן די רבנים פון התאחדות איינגעזען אנדערש, מיינט דאס אז זיי האבן אן אנדערע הלכה'דיגע מיינונג און די אידן וואס האלטן זיך צו די כשרות סטאנדארטן פון התאחדות קענען זיך רואיג פארלאזן אויף זיי.
ליידער איז די לעצטע יארן געווארן א וועלט ווען אקטיוויסטן וואס זוכן זיך צו מאכן א נאמען דרייען איבער א שטאט איבער הלכה'דיגע שאלות וועלכע זיי האבן ערפינדן און די רבנים מוזן זיך צושטעלן צו די אקטיוויסטן וואס זוכן אנצודרייען א שמיטשיק.
ווער געדענקט נאך דאס ליצנות וואס מען האט געמאכט מיט די שייטלען, ווען בעיסד אן סענטימענטן, געפילן און דמיונות האט מען אנגעמאכט א גאנצן איבערקערעניש, טראצדעם וואס אזעלכע גרויסע רבנים ווי הג"ר חיד"ו ווייס און הגר"ב גרובער האבן פעסטגעשטעלט מיט ראיות ברורות אז ס'איז נישטא קיין שום חשש מיט די שייטלען.
עס איז באקאנט אז ביי די מיטינג אין התאחדות איבער די שייטלען האט הגרז"ל פילאפ זיך אויפגעשטעלט און אויסגעשריגן, "מיין מאמע האט מיר געזאגט אז מען טאר נישט דינען קיין עבודה זרה."
האט זיך הגר"ב גרובער אנגערופן צו אים, "אויב אזוי קען מען דאך אויסרייסן גאנץ הלכות עבודה זרה און אויסהערן וואס דיין מאמע זאגט."
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2009 06:03 |
|
| |
ווער פון אונז קען זאגן צו ראזינקערס האבן יא ווערים צו נישט בשעת די מיינסטער ריזן און השגחות ווי KAJ און OU זענען מחולק.
איך פאר מיר הער אויף, ווייל איך ריזעקיר נישט מיט מאכלות אסורות אפי' אויף א ספק. דאס איז נישט אזוי ווי א שחיטה וואס יעדער האט זיך זיין ליסטע וואס ער טראסט וכדו', דא רעדט מען דאך פון א דאורייתא -יא ווערים צו נישט- איז ווי קען א יר"ש דאס עסן איינמאל ס'פארופן אויף דעם א שאלה?
אבער דאס איז זיכער אז יעדען טאג קומט מען אויף מיט פרישע שאלות שלא ידעו אבותינו.
מיין טענה איז צו דו שאלה זיכערס, ע"פ הלכה דארף מען נישט זיכען מיט מייקרסקאפס צו קענען טרעפען די גאלדענע אצרות, איז ווייל איר ווילט זיין "העיראס" דארפט איר נישט שווער מאכען פאר כלל ישראל!
לא נתנה תורה למלאכי השרות!
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2009 07:29 |
|
| |
זיסקייט, דו מיינסט אז אלע וואס קוקן ווערעם קוקן מיט פארגרעסערונג גלאזן
א מומחה אין תולעים, ד.ה. ווען איינער קוקט אסאך די זאכן, זעט שנעלער ווערעם ווי א נישט מומחה
דאס וואס מיר פלעינע מענטשן זעען נישט די ווערעם נאר מיט א פארגרעסערונג גלאז, איז ווייל מיר קוקן נישט די זאכן צופיל. ווען די פרויען באקוקן ווערעם איינמאל א יאר, די לעטוס אויף מרור, דארף מען טאקע קוקן מיט פארגרעסערונג גלעזער.
אבער א מומחה זעט דאס תיכף ומיד, און "נראה לעינים" רעדט מען נישט פון נישט-מומחים.
פונקט ווי א בוי מייסטער וועט אריינקומען אין א געביידע וועט ער גלייך באמערקען אויב א וואנט איז פאררוקט מיט א פאר אינטשעס, און פונקט ווי אן אויסשטעלער פון ספרים, אדער פון א צייטונג, וועט גלייך ביים עפענען א ספר אדער א צייטונג באמערקען אז א פאראגראף איז נישט אינדענטעד, אדער די שורות זענען מער צוזאמגעריקט ווי עס קומט, און אפילו ווען עס איז דא איין איבעריגע ספעיס צווישן צוויי ווערטער (פרעג דיך נאך דערויף ביי מומחים), אזוי וועט פאר א מומחה גלייך זיין נראה לעינים ווען עס איז דא ווערעם אין ראזשינקעס.
די רבנים (די ערפארענע רעד איך) קענען אויך הלכות תולעים, און ווייסן אויך אז וואס זיי זעען נאר מיט א מיקראסקאופ הייסט נישט ווערעמיג.
ווען זיי רעדן אז א זאך איז ווערעמיג, רעדן זיי פון זייער נראה לעינים.
(אגב, איך האב שוין א פאר מאל בודק געווען לעטוס ערב פסח צוזאמען מיט מיין מוטער תחי' - וועלכע איז גאנץ אפט בודק זאכן - און אפט געט זי מיר א בלעטל צו טרעפן א ווארעם אבער איך טרעף גארנישט, און דערנאך צייגט זי מיר, קוק דא גוט, און נאכן קוקן מיט א פארגרעסערונג גלאז זעה איך עס טאקע. מיין מוטער איז בודק מיט בלויזע ברילן, אן קיין פארגרעסערונג גלאז)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2009 07:50 |
|
| |
מלקות, האסט עס ארויסגעברענגט אמבעסטן, איך בין מיט דיר. עס איז נאנט דער טאג ווען זיי וועלן אונז נישט לאזן עסן קיין שום פרוכט אדער גרינצייג.
רבי יונה, פארשטייט זיך אז איך רעד נישט פון דיין מאמע'ס לעטוס. איך רעד נאר פון אידן וואס זוכן ווערים מיט מייקראסקאפן, ווי זיי ווייזן אלעמאל די בילדער אין די צייטונגען.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2009 16:09 |
|
| |
דער אמת איז אז ביידע זענען גערעכט, מ'איז ע"פ הלכה נישט מחוייב צו זוכן קיין ווערים איבעראל, אבער ס'איז פארט ערנסטע פראבלעמען פון איסורי דאורייתא, עפעס מיט וואס קיינער קען זיך נישט שפילן.
דער גרעניץ צווישן מותר און אסור איז אויסטערליש דין, און ס'איז זייער קאמפליצירט וויאזוי צו באשליסן ביי די סארט ענינים.
איין הערה נאר צו מלקות:
שחיטה איז פונקט אזא איסור דאורייתא ווי ווערים. קיינער קען נישט זאגן וואס איז הארבער, אבער אויף שחיטה קען מען זיך נאך אסאך ווייניגער פארלאזן אויף די ארגאניזאציעס און זייערע קולות ווי ביי ווערים, און ביי שחיטה קען מען פיל שנעלער צוקומען צום איסור דאורייתא ווי ביי סיי וועלכע אנדערע מאכלות אסורות.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2009 17:29 |
|
| |
זיסקייט, די בילדער אין די צייטונגען איז געווענליך ווען די ערפארענע משגיחים ורבני המכשירים פאררופן אסיפות מיט מערערע רבנים וועלכע זענען נישט קיין מומחים אין בדיקת תולעים, און די מומחים דארפן ווייזן פאר די רבנים די ווערעם, דערפאר קוקט מען דארט מיט פארגרעסערונג גלעזער.
עס איז זייער מעגליך אז די מכשירים זעען די ווערעם און די רבנים קענען די הלכות, דעריבער דארף מען מאכן אזא קאמבינעישאן אסיפה, פונקט ווי די סי איי עי געט איבער די אינטעלידזשינס בריפינגס פאר'ן פרעזידענט און דער פענטאגאן באשליסט וועלכע מיליטערישע אקציעס זענען נויטיג
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 30/01/2009 17:25:40
|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2009 18:21 |
|
| |
פרייטאג האב איך גערעדט צו איינער פון די חשובע רבנים פון ועד משמרת הכשרות דסאטמאר, א גרויסער ת"ח און א פיקח, און ער האט זיך ביטער אפגערעדט אויף די קלות פון התאחדות, בשעת נאנט צו צוואנציג מכשירים האבן געזאגט אז ביז נאך בירורים טאר מען עס בשום אופן נישט עסן, נאכדעם וואס מומחים און ערנסטע מכשירים תלמידי חכמים האבן געטראפן אז ס'איז ליידער גאר שטארק אנגעשטעקט מיט ווערעם און לאזן נישט זייערע קאמפעניס דאס נוצן בשום אופן, קומט התאחדות מיט א גלייכגילטיגקייט און גיט א שיס ארויס א צעטל פון קאמפיוטער "מותר לך מותר לך"... אלעס פאר אביסל איינגערעדטע פרעסיזש, אז מ'זאל מיינען אז זייערע קאמפעניס זענען גוט.
ער זאגט אז התאחדות הרבנים זאלן קודם קעיר נעמען פון די אלע פראבלעמען וואס דארפן פאררעכטן ביי זייערע אייגענע קאמפעניס אין פארשידענע נאכגעלאזטע זאכן, דערנאך זאלן זיי מתיר זיין "אלע" ראזינקעס אויף זייערע פלייצעס..
תוקן עקב שגיאות, כלל טוער
תוקן על ידי כללטוער ב- 01/02/2009 18:29:41
|
|
|
|
|