| נשלח ב-2/2/2009 08:04 |
|
| |
שרעקליכע דורכפאל פאר אנשי הרב ישראל הגר אין מאנסי ביים דין תורה
אנשי הרב ישראל הגר האבן היינט געליטן א שרעקליכען דורכפאל ווען עס איז ארויס דער פסק דין פון דעם בית דין צדק פון הרבנים הגאונים רבי לייבוש לאנדעסמאן, רבי מרדכי באבאד, און רבי סנדר גראס, און געשריבן קלאר אינעם פסק, אז אנשי הגה"צ רבי מנחם מענדיל שליט"א אב"ד ויז'ניץ האבן א פינעף אין פערציג פראצענט חלק אינעם בנין אויף 52 פרענסיס פלעס.
צווייטענס וואס דאס איז אסאך ערגער פון דעם ערשטען, אז בית דין בא'קנס'ט זיי צו באצאלן א סכום פון פופציג טויזענט דאללער, צוליב דעם וואס זיי זענען געגאנגען אין קארט קעגן די תורה.
דאס איז דער ערשטער אין א רייע פון אנדערע דיני תורה וואס זיי גייען פארלירן - און זייערע איינגערעטע געווינסן לאזט זיך אויס ווי א זייפן בלאף - נאך דעם שבת האבן זיי פארקויפט פאר'ן גאנצען ציבור אז אנשי רבי מענדיל וועלן באקומען אפשר צען פראצענט, אפשר טאקע זעהט בייגעלייגט דעם פסק דין פונעם בית דין צדק.
תוקן על ידי אגודיסט ב- 02/02/2009 8:07:20
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2009 08:24 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2009 17:38 |
|
| |
HI
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2009 17:43 |
|
| |
DONT BE SO SHUR THAT IN WILLY ITS GOING TO BE THE SAME COULD BE THAT IN WILLY WILL THE BIS DIN PASKENEN SOMETHING DIFRENT SO DONT WRIGHT THAT THIS IS THE BEGINING OF ALL THE OTHER ONES ....
JUST KEEP ON PRAYING IT SHOULD BE IN WILLY THE SAME OR EVEN BETTER
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2009 18:38 |
|
| |
דאס איז דער זעלבער הרב סענדער גראס וואס זאגט אז אין בארא פארק מעג מען יא גיין אין קאורט, זעט אויס אז דא האבן אים הרב ר' מענדעלס מענטשען באצאלט.
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 02/02/2009 20:53:24
_________________
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 03/02/2009 4:22:43
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2009 19:38 |
|
| |
הארך אויס, די שוואכסטע אידישער בי"ד איז א מיליאן מאל בעסער ווי די בעסטע קארט, איך קוק זייער שטארק ארויף אויף וויזניץ, איך ווייס זיי האבן ליידער זייער א טיפע און שווער-הארץ מחלוקה, און מיטדעמאלעם האבן זיי זיך פאראייניקט אויף א בי"ד, איז עס א געוואלדיקע זאך וואס מ'דארף שטארק אפלודירן.
ספעציעל אויב ר' ישראל פאלגט אויס די פסק, איז ער ביי מיר שטארק ארויפגעקוקט, דאס אז סאטמאר קען זיך בשום א"א פאראייניקן אויף קיין בי"ד און אנדערע חסידות'ן יא, ווי וויזניץ, באבוב און קראסנא, וכדומה, ווייזט אז עפעס איז זייער ראנג מיט די חסידות.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2009 22:14 |
|
| |
כדאי צו באמערקן אז דארט אין מאנסי האט ר' מאטעלע געלאזט ר' ישראל מענטשן גיין אין קארט, אן קיין שום היתר בי"ד, און אוודאי אוודאי האט ער נישט מוחה געווען דעראויף.
אויף די וויזניץ ביהמ"ד אין ווילי ווארט מען יעצט אפען פסק, די ראש בי"ד איז הגאון הגדול רבי מענדל זילבער שליט"א, אויך ר' סענדר גראס וואס האט געפסקנט דא אין מאנסי, איז אויך פון די בוררים אויף ווילי.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2009 22:42 |
|
| |
לאמיר האפען אז דער קיודש השם פון דעם בית דין וועט מכפר זיין אויפן חילול השם פון אנדערע בתי דינים.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2009 07:06 |
|
| |
ווי האלט מען אויף די וועלט און מאנסי ווי די ביסט בעל הבית אויף די גאנצע שטאט זאל זיך א בי"ד אויף דיר אויספייפען
די האסט דאך געזאגט אז די מענדעליסט'ן זענען געגאנגען און קארט און הרב לאנדעסמאן זאגט אז ישראל חברה זענען גיגאנגען און קארט
איז דיך גיווען דיינער א ידיד ביידע גילאכט פון רבינו תם
ווארענונג: זיך אויסדרוקן אזוי קעגן א גדול בישראל ברענגט אויסגעשפארט צו ווערן פון דא!
די הנהלה
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 03/02/2009 15:45:29
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-6/2/2009 08:13 |
|
| |
היינטיגע פסק לגבי די ביהמ"ד און ת"צ וויזניץ אין וויליאמסבורג.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2009 08:00 |
|
| |
ס'איז ברייט באקאנט אז וויזניץ מאנסיער רבי האט זייער שארף געפאדערט פון י' פעלדמאן ער זאל ארויסגיין פון קארט. האפענטליך וועלן אנדערע זיך אפלערנן, און גיין אין בי"ד וועט צוריק ווערן "אין סטייל."
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2009 17:37 |
|
| |
עס איז זיכער אז סאטמאר מעג גיין אין קאורט, די שאלה איז נאר ווער ס'איז סאטמאר
|
|
|
|
|