בארא
פארק. – זונטאג פר' נשא איז די זאל פון תורה ויראה געווען איבערגעפילט מיט
הונדערטער מענטשן, וועלכע זענען געקומען הערן אינפארמאציע און עצות ווי אזוי צי
האנדלען מיט מאגן פראבלעמען ווי קראהנ'ס, קאלייטיס, סיליעק, און IBS, וואס איז ליידער זייער פארשפרייט ביי
די היימישע עולם, ספעציעל ביי יונגע קינדער, בחורים און מיידלעך.
דאקטוירים
ווייסן נישט די סיבה דערפון, און באהאנדלן די סימפאטען מיט פארשידענע מעדיצינען,
אנגעהויבן מיט לייכעטע ביז גאר שטארקע מעדיצינען וואס קען האבען שעדליכע Side
Effects.
די
פארזאמלטע האבן מיט אינטערעסע צוגעהערט צו דר. סעם ווייסמאן, א GI ספעציאליסט, וועלכער האט ארום גערעדט פון
די אויבערדעמאנטע פראבלעמען. ער האט זייער קלאר מסביר געווען די באדייט פון יעדע
מאגן קרענק באזונדער, און דערנאך האט ער
ארויסגעברענגט אז די שעדליכע עסנס און וועג פון עסן איז די הויפט אורזאך. עס איז
די וועג פון די היינטיגע סדר פון עסן, סיי וואס מען עסט און סיי וויפיל מען עסט,
ציטירענדיג די באקאנטע ווערטער פון די רמב"ם "אז אן אכילה גסה איז אזוי
ווי סם המוות און דאס איז די עיקר פאר אלע קרענק" (הלכות דיעות פ"ד הל'
ט"ו), דאס אלעס איז שעדליך אפילו פאר א געזונטע מענטש און אוודאי פאר די מיט
מאגען פראבלעמען, "מגייט צי א קידוש אדער אנדערע שמחות איז א ווייטאג ציקוקען
וויפיל מעסט זיך אן" האט ער אויסגערופען.
דערנאך
האט ער ארויסגעברענגט זיין שטארקע שטיצע פאר די באקאנטע SC Diet
וואס האט בעז"ה א שטארקע ווירקונג צי קאנטראלירן די סימפטאמען און אויסהיילן
די Inflammation, איינשפארען
זיך דערמיט די שעדליכע מעדעצינען און טייל מאל אויך איינשפארען Surgery.
מר.
ראמאן פראסאנד, פארפאסער פונעם בוך Colitis & Me: A Story of Recovery איז
געקומען צי פארן פון Massachusetts ווען ער האט געהערט אז ער קען האבן די געלעגענהייט
מיטטיילען דעם עולם מיט זיין געשיכטע, ער האט געעפנט זיין רעדע פארליינענדיג גאר א
הארציגע שטיקל פון זיין בוך וועלכע שטעלט פאר דאס לעבן פון א קאלייטיס פאציענט, די
ווייטאג, די סייד עפעקטס פון די מעדיצינעשע באהאנדלונגען, די ייאוש געפילן נישט
וויסענדיג אויב מ'וועט זיך אמאל ארויסזעהן פון די מצב.
דערנאך האט
מר. פראסאד פארגעשטעלט זיין פערזענליכע געוואלדיגע הצלחה פון טוישען זיין עסן צי
די באקאנטע SCDiet, ער איז ציביסלעך אראפ פון אלע מעדעצינישע
באהאנדלונגען, און פילט זיך היינט ציטאג ווי א נייע מענטש, שוין עטליכע יאר וואס
ער גיט ארום ליסטיג און לעבעדיג אן קיין פראבלעם.
Dr. Raquel Nieves א באוויסטע
קינדער דאקטערין פון Dover
air force base, Delaware הערענדיג פון
די סעמינאר האט זי זיך אליין אנגעטראגען צי קימען צי פארן קיין ניו יארק מפרסם צי
זיין די וואונדער פון די SCDiet, פארציילענדיג אז
ווען זי האט שטודירט און מעדיקעל סקול, האט זי זיך אנטוויקעלט מיט קראהן'ס דיזיז,
וואס האט איר שטארק רואינירט איר לעבען, נישט לאזענדיג איר ענדיגען די מעדיקעל
סקול. אדאנק די SCDiet איז זי אינגאנצען ארויסגעקראכן פון די דיזיז, און
געקענט ווייטער פארזעצען איר שטודירן, וואס האט איר ציגעברענגט צי איר היינטיגע
פאזיציע, אין האבן שפעטער א געזונטע קינד. זי האט ארויסגעברענגט איר שטארקע בליק,
אז אין די נאנטע ציקונפט וועט די דייעט ווערן אנגענומען ביי דאקטוירים, ווי די
ערשטע מיטל צי באהאנדלען קראהן'ס & קאלייטיס פאציענטען, די זעלבע ווי היינט צי
טאג באהאנדעלט מען דייביטיס מיט א דייעט.
ר' יעקב
שעהן איז געווען די טשערמאן פון די אסיפה, פארשטעלענדיג אלע רעדנערס און האט
געהאלטן די עולם געשפאנט ווען ער האט מיטגעטיילט זיין עקספיריענס, זייענדיג אויף
די דייעט פאר א יאר מיט א האלב. סאיז שוין יעצט זיבן יאר זייט ער איז אראפ פינעם
דייעט און פילט זיך בעז"ה געזינט און שטארק כאילו ער איז קיינמאל נישט קראנק
געווען. ער האט זיך צילאכט אז ער שטאלצירט זיך מיט דעם וואס ער האט ציגענומען 60
פונט דורכ'ן דייעט, וואס געווענליך שטאלצירט מען מיט פאלירען 60 פונט. ער האט
מיטגעטיילט זיינע פינעף שווערע יארן מיט קראהן'ס, זייענדיג אויף אלע מעדעצינען
וואס האבן למעשה נישט געהאלפן און זיך גענדיגט מיט Surgery. נאכדעם
האט ער אנגעהויבן די דייעט כדי זיך אינגאנצען אויסהיילען און בחסד ה' איז ער
אנגעקומען דערצו.
"איך האב נישט אנגעהויבן די דייעט ביז איך בין געווארן קראנק און
אויס מענטש פון צי זיין קראנק און אויס מענטש, אבער איך בעט אייך אלע נישט צי
ווארטען ביז עס איז נישט אויסציהאלטען נאר זיך נעמען דערצו גליייך ביים אנפאנג
וואס דעמאלטס גייט עס לייכטער און שנעלער" האט מר. שעהן אויסגעפירט.
מר.
בעני שארר פון Diamond vision
און ב.פ. האט אויך מיטגעטיילט זיין פריוואטע ערפאלג מיט די SCDiet, נאך פילע יארן ליידן און דורכגיין א
אפעראציע "לכתחילה בין איך געגאנגען אויף די דייעט איינס און א האלבע יאר,
היינט צי טאגס איז שוין איינס און א האלב יאר וואס איך בין אויף די דייעט אבער איך
וויל נישט אראפגיין דערפון ווייל ב"ה פיל איך מיך בעסער ווי קיינמאל
פריער" האט ער אויסגעריפען מיט עקסטאז, און דערמיט שטארק געמוטיגט די
פארזאמעלטע.
די
SCDiet קימט פון די בוך Breaking
the vision cycle פארפאסט דורך ElaineGottschall וואס פאר א 45 יאר צירוק האט זי געהאט א 4 יעריגע טאכטער מיט
זייער א שווערע קאלייטיס, און אלע דאקטוירים האבן געהייסן ארויסנעמען די Colon. ביז זי האט דעמאלסט געטראפן א 90
יעריגע דאקטאר, דר. האס וואס האט געשריבען א בוך וועגן סיליעק, און האט פאר איר
געגעבן די דייעט. נאך א האלבע יאר איז איר טאכטער אינגאנצען אויסגעהיילט געווארען.
נאכדעם וואס דר. האס איז געשטארבען האט זי אנגעהויבן אליינס צי שטודירן די גאנצע
קרענק און די רפואה פון די דייעט, און אויף דעם געשריבען די בוך BTVC. מרס גאטשעל איז געשטארבן פאר א 2 יאר
צירוק, איר טאכטער לעבט נאך היינט, זי איז געזונט און שטארק בעז"ה.
ביי
די היימישע עולם איז די דייעט שטארק פארשפרייט געווארען דורך מרס ווייס פון מאנסי,
ערפינדער פון Digestive Wellness. בערך א 10 יאר צירוק ווי זי האט אליינס אנגעהויבן די דייעט און
געזען די געוואלדיגע וואונדער דערפון, האט זי זיך אינגאנצען אריינגעטין צי העלפען
די היימישע עולם מיט די הדרכה און טרעינונג פון מרס גאטשעל. דערנאך האט זי געעפענט
Digestive Wellness ציצישטעלן
אלע ציגעהערען וואס פעלט אויס כדי צי קענען גרינגערהייט אנהאלטען די דייעט.
אלע
באטייליגטע האבן באקומען א ביכל וואס גיבט אינסטרוקציעס וויאזוי אויסציפירען די
דייעט, אויך בריוון פון פאציענטען וואס זאגן עדות אויף די געוואלדיגע הצלחה פינעם
דייעטץ איבער אלעס האט ארויסגעשיינט די ליסטע פון דאקטוירים וואס האבן זיך
איבערגעצייגט איבער די תועלת פון די דייעט און זענען גרייט מחזק צי זיין יעדעם
וואס וויל גיין אויפ'ן דייעט ציזאמען מיט די העכסטע קוואליטעט Medical
Care.