זייער א שיינע שמחה אדורך נעכטן אין ביהמ"ד הגדון דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין בארא פארק.
דאס ערשטע מאהל א רעבישע שמחה אין ביהמ"ד אזוי שטארק ע"פ תקנות הקהלה.
אזוי אויך איז געלייגט געווארן א גרויסע דגוש מצד די בעלי שמחה - בראשות רבינו שלחיט"א ח"ו נישט צו שטערן די סדר הלימודים קיין זוז כל שהוא צוליב די שמחה.
רבינו שליט"א איז אנגעקומען אין ביהמ"ד 9:25 און באזוכט די היכל התורה בית חי' אונטן, ארומשפאצירנ'דיג צווישן די טישן פאר א שטיק צייט כבקרת רועה עדרו, שעפענדיג תענות ונחת פון עדת צאן מרעיתו ווי עס זיצן בחורים, אינגעלייט און בעלי בתים, און לערנען בהתמדה יתירה.
דערנאך איז דער רבי שליט"א ארויף אין ביהמ"ד הגדול ווי די סדר הלימוד פון כולל ערב שע"י קהלתינו הקדושה קומט פאר, און ארומשפאצירט צווישן די אנגעגרייטע טישן וואס האט נישט געשטערט דעם סדר הכולל אנגיין ווי דער שטייגער, דער רבי האט באטראכט די לומדי החבורה יסודי התורה פון דער נאהנט, די חברותות ווי אזוי אויך די שיעורים.
ווי נאר די שיעורים האבן זיך געענדיגט האט מען זיך געשטעלט דאוווענען מעריב.
באלד דערנאך האט זיך די שמחת הווארט אנגעהויבן מיט די ערשיינונג פון די חתן ומחותנים זיידעס, פעטערס הרהנים שליט"א, און בני הקהלה.
מען האט באלד מסדר געווען דעם תנאים, געמאכט דעם קנין, און כ"ק רבינו שליט"א האט פארגעליינט דעם תנאים.
דאן האט רבינו שליט"א געזאגט דברי תורה לכבוד השמחה, און דערנאך איז דער עולם אדורך געבן לחיים פאר רבינו שליט"א ומחותנים, וואס מיט דעם האט זיך די שמחה געשלאסן.
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
עס איז וויכטיג צו באטאנען אז אזוי אויך ביי די עזרת נשים האט זיך דערקענט די שטייפקייט פון די חשובע מחותנים שליט"א זיך צוצושטעלן צו די תקנות הקהלה אויף 100 פראצענט, ווי עס אי זגעוען אנגעגרייט לקח און בראנפן אזוי ווי ביי די מענער.
ממנו ילמדו וכן יעשו.
ומשמחה זו ישפע שפע רב.
 |
|
|