א משגיח האט געזאגט דערנאך, אז זיין השגחה איז א ענליכע השגחה ווי די באוויסטע "ממליחה ואילך" !
נשלח ב-16/2/2009 19:19
המספיק גאזעט: א ענגלישע יוניווערסיטעט שטודיע אויף טויזנטער פאציענטן פון פילע ערליי גייסטישע מחלות האט אנדעקט אז באאויפטראגן א פאציענט אויפצוקומען מיט א קאמישע מעשה אויף זיינע יוגנט שונאים איז א שטויננדע שאנס צו רעדוצירן דעפרעסיע, סטרעס, או סי די, און נאך. פילע פון די באטייליגטע זענען גאר גענצליך אויסגעהיילט געווארן, נאך וואס זייער מח האט זיי דערמיט היפנאזירט ווי זייערע שונאים געפונען זיך מער נישט אויפן ערדקוגל נאך זייער געלונגענע מעשה.
נשלח ב-16/2/2009 19:35
ביטע דערציילט וואס אייך דרוקט:
1) שעמסט דיך אז ער פארט ?
2) שעמסטו דיך אז מ'פארציילט עס?
3) שעמסטו דיך אז משה וואלף קליין איז אפיציעלער "גבאי" ביי די השגחה טריפ?
4) שעמסטו דיך אז די משגיחים האבן געהאט צו לאכען פאר א גאנצע וואך?
5) שעמסטו דיך אז ער איז דאס ליצנות אין די שטאט?
שלמה המלך גיט אן אויסגעפרואווטע עצה:
דאגה בלב איש ישחנה.
אבער נישט געזארגט. די לישקע אמעראצים וועלן ארויסגעבן א מכתב קודש, נאר צי עסן "ממליחה ואילך" פון אוריגוויי....!
נשלח ב-16/2/2009 20:51
עס וועט נעמען בערך צוויי יאר ביז דער גאון וועט ארויס געבן זיין פסק
נשלח ב-16/2/2009 20:59
זשוליאני, כ'האב סתם געוואלט זעהן צו די ווייסט וואס די רעדסט צו די רעדסט וואס די ווייסט, ווער איך געוואר: קיין איינס נישט!
וויילאנד און ''ממליחה ואילך'' איז טשיקן, רובאשקין און שחיטה מונחת איז בהמה פלייש...
און דו מישט צוזאם א קוגל...
אבער דו געב נישט אויף, באמבל ווייטער נאך די טאלקינק פאונטס וואס די הערסט אין מקוה בשעת'ן זיך קראצן די פיס...
נשלח ב-16/2/2009 21:05
מען האט דארט אנגעזאגט פאר אלע משגיחים און שוחטים אז זיי זאלן ח"ו נישט פרעגן קיין הלכה שאלות פון ר' זלמן, און נישט רעדן מיט אים און לערנען, ווייל ער וועט פארשעמט ווערן און אויסזעהן ווי די האן פון בני אדם.
דערציילט מיט א בעלזא אינגערמאן וואס ארבעט דארט, אז א משגיח האט אים געזאגט: אז עס זענען שוין געווען באזיכן הונדערטער הודערטער רבנים דיינים וכו', און דאס איז די ערשטע מאל זייט וויינלאנד שטייט וואס א רב קומט און מען טאר אים נישט קיין שאלות פרעגן, אויף דעם ארויף האט ער שוין געקענט שיקן זיין רעבעצין.. האט ער אויסגעפירט
א צווייטער האט זיך אנגערופן אז ער וויל קומען קוקן הינער קען ער גיין אויף בראנקס זו, און זעהן אסאך מער חיות און הינער.
אין מיטען אייבירשטענס הילף וועלען די זאליס בני יואל שרייען "טריפה" "חמץ" "כפירה" "וויסע טישטעכער" "נישט דא קיין מסורה" "קעמיקאלס" "משעכט בכלל נישט די בהמה" מניצט ל"ע דיקע זאלץ
אין וועלען בלייבען חוזק פין שטאט
כהאפ אז ר זלמן גרייט אן א פעסטע קול קורא מיט אוסורים אין חרומות
נשלח ב-16/2/2009 21:24
כ'האב נארוואס אראפגעלייגט די טעלעפאן קאל צו א משגיח ער איז אזוי איבעראשט אז ער האט נישט קיין ווערטער אין מויל, ער האט געוואוסט אז הגרז''ל קען לערנען, אבער אזא חריפות און בקיאות אין קלארקייט וואס האט אין דעם נושא האט זיי אלע גענצליך שאקירט. איינע פון די אנוועזנדע האבן פרובירט צו זאגן אנדערש וואו הגרז''ל אבער הגרז''ל האט צו-ווארפן זיין פלפול אפענטפערענדיג איהם מיט שטיקער מחצית השקל און שו''ת ספרים.
נשלח ב-16/2/2009 21:30
פרוכטבאר אז די ווייסט יא אפשר זאגסטו מיא אין וועלכע נושא מען האט גערעדט?
נשלח ב-16/2/2009 21:36
די וועג וויאזוי עס דעוועלאפט זיך דא א מעשה איז מבהיל על הרעיון!
א ארוני זאגט מיר פריער אז די אלע מעשיות זענען אמת :)
נשלח ב-16/2/2009 21:37
יודעלע
ווער געדענקט נאך הגז"לס גאונות
סאיז מיר אייביג שווער געווען פאר וואס האט מען דן געווען די מצרים על המחשבה אמער מאיז דאך נישט דן ען המחשבה ???????????????????????????????????.
שטאקעדיק
תוקן על ידי טאטלע ב- 16/02/2009 22:15:43
נשלח ב-16/2/2009 22:11
פרוכטבאר, איך האלט אז די קענסט ווערן דער הויפט שרייבער און עדיטאר פון די "תלמידי רבינו" מעסעדזשס, זינט זיי וואגן זיך נישט צו שרייבן אזאנע גאונות אויף הגז"ל.