בית פורומים כל העולם כולו

נייער ווילידזש טראסטי אין קרית יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/2/2009 18:34 לינק ישיר 
נייער ווילידזש טראסטי אין קרית יואל

ביי א לחיים נעכטן אין שטוב פון כ"ק מרן רבינו שליט"א, מיט די אנוועזענהייט פון אלע אפציעלע ווילידזש באאמטע האט רבינו שליט"א נאמאנירט הרבני הנכבד ר' יעקב אלי' רייזמאן הי"ו צו לויפן אלץ קומענדיגער טראסטי פון די ווילידזש אין קרית יואל צוזאמען מיט הרבני הנגיד ר' שמואל אהרן לאנדא און הרב החסיד ר' אברהם ווידער.

ר' יעקב אלי' איז פון די אנפיערער און די הויפט עסקנים פון די לעצטיגע "חתונה תקנות" וואס איז איינגעפירט געווארן אין די קהלה, ווי מ'שפארט דערמיט צענדליגער און הונדערטער טויזענטער דאללער'ס פאר מחותנים.

מיר ווינטשן אום ברכה און הצלחה פאר זיין נייער פאסטן, זאל דער אייבישטער העלפן אז ער זאל ווייטער קענען אויפטוען גדולות ונצירות פאר אידישע קינדער.


ברכה והצלחה.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/2/2009 18:48 לינק ישיר 

דו האסט נישט אויסגעשמועסט פון וואו דו ביסט אזוי זיכער אז ער איז טראסטי -ווי דו שרייבסט אויפן קעפל- פונקט ווי מקעין איז געווען זיכער אז ער איז פרעזידענט. לכאורה איז עס דיין אמונת צדיקים ווייל דער רבי האט אים נאמינירט. און ווען דיין רבי האט צוגעזאגט צוזאמען מיט זשוליאני08 אז שמחת תורה דאווענט מען איו ראדני? :)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/2/2009 18:56 לינק ישיר 

וואלטו מיר ווען איינמאל געוויזן אז ענק קענען געווינען די וואלן אדער כאטש קומען נאנט צום נומער וואלט איך נאך חושש געווען, אבער לויט היסטאריע ברויך מען זיין א תלמוד פון "חמלה ואמונה" צו טראכטן אז ענק וועלן געווינען די וואלן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/2/2009 19:19 לינק ישיר 

דיינע סברות זענען אייזן, עטץ האטס אייביג מעכטיגע סברות, און בענזאם מיט אמונת צדיקים שאפט זיך א נבואה'לע, און אויב מען ווייסט עס וויאזוי צו הענדלען ווערט א דמיונ'לע, און דערנאך בויט מען א שולעכעל אין 2 וואכן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/2/2009 19:26 לינק ישיר 

בין איך יעצט אין די פורים אשכול - פאר פייער און פאר וואסער אשכול פון היימישע קרעטשמע?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/2/2009 19:47 לינק ישיר 

איך האב מורא אז דער מלאך האט אים געגעבן צוויי שנעלקעס ווען ער איז געבוירן געווארן





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/2/2009 20:02 לינק ישיר 

לדעתי איז דער אויסוואל גאר א שטארקער!

ר' יעקב אלי' איז גאר א פיינער, גוטער און באליבטער מענטש, ער פירט שוין אן יארן אין די ישיבה מיט די "קופת חתנים", גאר לעצטענס האט ער זיך שטארק אריינגעלייגט אין די "חתונה תקנות", א מענטש וואס וויל אויפטוען און זוכט אויפצוטוען פאר אנדערע מענטשן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/2/2009 20:10 לינק ישיר 

האט מען אים אויפגענומען אויף שוין יעצט אנשטאט ר' יענקל מיטטעלמאן?
אבער איז ער נאר נאמינירט געווארען צו לויפען אין די קומענדיגע וואלען, אבער דערווייל בלייבט ר' יענקל?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/2/2009 23:11 לינק ישיר 

אנטשולדיגט פאר'ן זיין איגנארענט און אומוויסנד.

איז יעקב אלי' רייזמאן פון מאיר ווערטהיימער'ס חברה?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/2/2009 23:32 לינק ישיר 

ער איז יעצט א באורד מעמבער אויף די פלענינג באורד,

(זיסקייט.. דוכט זיך מיר אז דאס פארענטפערט דיין קשיא)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/2/2009 23:32 לינק ישיר 

שוין, זיסקייט, פונקט די האסט געברויכט אנפאנגען ??....

פערצופאל מיין איך אז ער געהערט נישט צו קיין שום גרופע. ביי די פארגאנגענע קהל'ישע וואלן איז ער געווען - דאכצעך - פאר מאיר ווערטהיימער, אבער לעצטענס ארבייט ער אינגאנצן מיט בניציון זאלדאן (דוד עקשטיין גרופע..) איבער די חתונה תקנות. ד.ה. אז ער ארבייט מיט אלע פאקטארן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/2/2009 23:38 לינק ישיר 

דאכט זיך אז כ'האב אמאל געזען זיין נאמען אויף מאיר ווערטהיימער'ס באורד. אפשר איז עס געווען א צווייטער רייזמאן. כ'געדענק נישט.

אויב יא איז עס מסתמא א גוטע איידיע פון די מאנראער אהרונים אריינצושטעלן אזא איינעם, כדי צו פארמיידן א פריימערי טשאלענדזש.

אפילו אויב ער באלאנגט נאר צו די דוד עקשטיין גרופע איז ער אויך א פנים חדשות אין א ווילידזש וואס איז ביז יעצט געווען אינגאנצן גענויגט צו מאיר הירש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/2/2009 23:55 לינק ישיר 

אקעי, כ'האב קלאר געשטעלט. ער הייסט יעקב אלי' רייזמאן. מאיר ווערטהיימער'ס מענטש הייסט אלי' רייזמאן, ער איז יעקב אלי'ס פעטער.

אבער נאך אלץ איז יעקב אלי' לכאורה געווען א גוטער אויסוואל פון די אהרונים אין מאנרא, ווייל ער איז זייער גוט מיט דוד עקשטיין און מיט חיים שלמה פישער.

א קלוגער פאליטישער מאוו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/2/2009 00:04 לינק ישיר 

דער אויסוואל ברויך שטארק באגריסט ווערן, ער האט גאר שווער געארבייט אז די חתונה תקנות זאלן אויסגעפירט ווערן מכח אל הפועל, און ער באגלייט עס מיט א שטארקע שכל הישר.
.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/2/2009 01:37 לינק ישיר 

זיסקייט


ווער זאגט דיר אז יעקב מיטעלמאן איז געווען גענויגט צי מאיר הירש מער ווי צי דוד עקשטיין?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/2/2009 01:59 לינק ישיר 

קען זיין אז נישט. אזוי האט עס געהייסן אין גאס.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > נייער ווילידזש טראסטי אין קרית יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext