| נשלח ב-18/2/2009 11:03 |
|
| |
כל העולם כולו - משפטים תשס"ט
|
|
|
|
| נשלח ב-18/2/2009 17:58 |
|
| |
דער האן בני אדם זאלי ווייזט מען אפען בילד ווי מען פאקט די פארטיגע טשיקען, און זאגט א מיינוג איבער צו די באקסעס זענען גענוג שטארק, און צו די באקסעס זענען גענוג שיין.
כאטשיג ביי די באקסעס האט ער שוין געקענט כאפן דעם אטעם אז ענדליך גייט מען שוין אהיים, דער עיקר אז די פיקטשער איז שוין דא, און קיינער האט נישט מבזה געווען אין ח"ו געפרעגט קיין הלכה שאלות וכו', ווי אפגעשמועסט.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/2/2009 20:05 |
|
| |
ווי אזוי האט געזאגט א איד א מחבר ספר.
ער האט אריינגעטראגען צו ר' זלמן לייב זיין נייע ספר, ריפט ער זיך מיט התפעלות א שיינע דעקל...
פון וואספארא סחורה האט מען געמאכט דעם דעקל? ווי מאכט מען אזאנע דעקלעך? עס קוקט אויס שטארק די דעקל, פירט ער אויס.
גייט ער אריין צו רבינו שליט"א מישט ער אויף גלייך אידערמיט און עס ווערט א קאך אין תורה.
טא זאגט ער פון היינט און וויטער גייט ער עס איינטיילען, די דעקלעך פון די ספרים וועט ער טראגען צו ר' זלמן, און די מילטסטע צו רבינו שליט"א...
דאס זעלביגע דא...
רבינו שליט"א וועט אכטונג געבן אויף די שחיטה זאל זיין מהודר שמהודר, און ר' שלמן לייב וועט מאכן זיכער עס מען פאקט עס שיין.
ב"ה לא אלמן ישראל, פון היינט און וויטער איז דא ווער עס זארגט זיך אז די באקסעס זאלן זיין שטארק שיין און זויבער.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/2/2009 00:56 |
|
| |
טראק, די חילוק צווישן רבינו שליט"א און ר' זלמן לייב שרייט ביזן הימל, עס איז ביי מיר קלאר אז ווען מען קומט ווייזן פאר רז"ל א נייע ספר רעדט ער נאר פון די דעקל, אזויווי דער מחבר ספר וואס דו ברענגסט האט געזאגט. מען דארף זיין א נער דאס נישט צו גלייבן (-:
|
|
|
|
| נשלח ב-19/2/2009 01:05 |
|
| |
אינעם כל העולם די וואך איז דא 3 בלעטער פין בילדער פינעם סאטמארען רבי'ן אין פאלם ספרינגס
|
|
|
|
| נשלח ב-19/2/2009 01:06 |
|
| |
אין דער איד איז געשטאנען אז ער איז אהינגעפארן א טאג נאכן דערקלערן אז מען האלט ביי די זעלבע מצב פון די האלאקאוסט מיט די יהודי תימן, דאן איז ער זיך געגאנגען אנווארימען אין די ווארימע מקומות. עס איז אמת?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/2/2009 01:06 |
|
| |
ווער עס קען די מעשה מיט ליפא'ס אינוויטעישאן, (זענטער) און דער בירך משה האט דארט געמאלן זאל פארציילן.
און וואס רז"ל האט געזען אינעם אינוויטעישאן, און וואס רבינו שליט"א האט רעאגירט.
שנעלקע, דו ביסט פטור פון ענטפערן.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/2/2009 01:15 |
|
| |
שנעלקעל
ווער נישט היסטעריש די מעשה מיטען דעקעל איז טאקע שקר וכזב
אבער אז ר זלמן איז אן עם הארץ נורא האב איך קענען געלערענט ווען איך האב געלערענט אין צעירים ביי דעם שטריק אין פיין פארברענגט מיטען לץ
תוקן על ידי טאטלע ב- 19/02/2009 1:13:54
|
|
|
|
| נשלח ב-19/2/2009 01:24 |
|
| |
יואלי'קה, איך זאג דיר אז די מעשה איז אמת, פרעג זשוליאני, טראק, א.א.וו. אז דו גלייבסט עס נישט ביסטו נישט קיין ארוני (-:
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/2/2009 02:20 |
|
| |
ברידעלעך וואס זאל איך ענק זאגן.
דער קאנסטראקשין היטל שטייט אים אייזן גוט, ער דארף נאר זיצן אויף א היי לאו אין שלעפן א פאלעט פלייוואט
|
|
|
|
| נשלח ב-19/2/2009 02:44 |
|
| |
ארגינעלער, העכער אלע ערווארטונגען! (-:
|
|
|
|
| נשלח ב-19/2/2009 20:14 |
|
| |
| טאטלע כתב: |  | שנעלקעל
ווער נישט היסטעריש די מעשה מיטען דעקעל איז טאקע שקר וכזב
אבער אז ר זלמן איז אן עם הארץ נורא האב איך קענען געלערענט ווען איך האב געלערענט אין צעירים ביי דעם שטריק אין פיין פארברענגט מיטען לץ
תוקן על ידי טאטלע ב- 19/02/2009 1:13:54
|
|
טאטלע, איך האב גארנישט קעגן דיר פערזענליך, איך האב שוין געפרעגט די שאלה פון זשוליאני וועגן עפעס וואס ער האט געשריבן, איך פרעג דיר אויך.
האסט נישט מורה פון דעם מנהל?
אין ציל, כללים, און שטאטוטן פון דעם פארום http://bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2064833&forum_id=16386
שטייט בזה הלשון,
ג. עס איז פארבאטן צו פוגע זיין אין כבוד פון העכערע פערזענליכקייטן און פירונגען פונעם חרדי'שן ציבור.
1. עס איז אסור צו פוגע זיין אין כבוד פון יעדן מענטש, אבער א פגיעה אין כבוד פון א תלמיד חכם, מורה הוראה, אדער מנהיג פון א עדה קדושה בישראל וועט גענומען ווערן מיטן גאנצן הארבקייט. וויבאלד עס זענען פאראן אזוינע וועלכע נוצן אויס די אנאנימיטעט פונעם אינטערנעט צו אטאקירן ווילד און פרעך זענען מיר געצווינגען אומצוגיין בכל חומר הדין מיט יעדן וואס וועט טשעפענען מיטן כבוד פון סיי וועלכן מנהיג לויט דעם פארשטאנד און איינזען פון די מנהלים!
ווייטער שטייט
3. די מנהלים וועלן באשליסן צווישן זיך, צומאל אויך מעגליך דורך א עפנטליכע אנקעטע, איבער די טיטלען וואס יעדער מעג שרייבן אויף זיין און יענעמ'ס צד. ווער עס וועט עובר זיין דערויף וועט זיך טרעפן אינדרויסן בלי שום טענה ומענה, צומאל אויך אן קיין ווארענונג!
4. ווי שוין געמאלדן אין א באזונדערן אשכול, זענען ביים היינטיגן טאג די ערלויבטע טיטלען ווי פאלגנד: סאטמאר: מהר"א מסאטמאר, מהרז"ל מסאטמאר. סאטמאר-ראדני, סאטמאר-הופער. טענטער, סיגוטער. באבוב: מהרב"צ מבאבוב, מהרמ"ד מבאבוב. באבוב-48, באבוב-45. וויזניץ: מהר"י, מהר"ם. מענדעליסטען, ישראליסטען. צאנז: צאנז, צאנז-קלויזנבורג. מהרש"ד, מהרצ"א. ארץ-ישראל'דיגער רבי, אמעריקאנער רבי.
עד כאן
איך פארשטיי באמת נישט, שטריק, עם הארץ, לץ. זענען נישט דערמאנט צווישן די ערלויבטע טיטלען, בפרט איז דאס קעגן סעיף ג. דארט שטייט עס איז פארבאטן צו פוגע זיין אין כבוד פון העכערע פערזענליכקייטן און פירונגען פונעם חרדי'שן ציבור. האסט נישט מורא אז מוועט דיר אויסשפארן? איך וויל באמת וויסן, ווייל איך בין ניי דא און איך וויל זיך אויסלערנען ווי אזוי די זאכען גייען.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/2/2009 21:30 |
|
| |
נייער זאג נאר ווי לאנג פלאנסטו צי זיצען דא ?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/2/2009 21:43 |
|
| |
איך בין קוים אנגעקומען איך טראכט נאך נישט פון גיין זיי אזוי גוט און ענטפער אויף מיין קשיא.
|
|
|
|
|