בית פורומים כל העולם כולו

סוקעלענער גבאים שאקלען זיך אפ פין תימן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/2/2009 07:20 לינק ישיר 
סוקעלענער גבאים שאקלען זיך אפ פין תימן

ביי די זאלי באנדע האט אויס געבראכן א פרישע מחלוקה וועגן תימן צווישן דעם וועטראן עסקן ר' יצחק חיים פריינד אין ר' משה דוד נידערמאן, די ראזלטאט דערפון איז אז די סוקלענער גבאים האבן זיך אפגעשאקלט פין תימן, אין היינט זינטאג ביי די אסיפה אין סקלנער ביהמ"ד איז שוין סקעלענער רבי שליט"א נישט געווען.

ר' יצחק חיים שרייט אז נידערמאן מיט דעם מענצער זיכן צי כאפן  העדליינס אנשטאט רוזאלטאטן, ווי מען זעהט יעצט אז די סוכנת האט אנגעפאנגן ארויף צי ברענגן פין תימן קיין ארץ ישראל,איינגטליך בי די ערשטע אסיפה האט ר' יצחק חיים נישט געוואלט רעדן ער האט געזאגט ער וויל עס אבזעווירן.
אין ווי באקנאט האט מען דארט געמיינט די בילדער מיט נידערמאנ'ס דרשה אין מען גייט ציפיקסן די אהרונים וואס דאס אלעס איז א רעצפעט פאר דיסטראקשען אין דער פאקט בלייבט אז ס'איז געווען א היסטארישער ליצנות.
 
די סקעלנער גבאים האבן געזעהן אז קיין געלט מאכט מען דא נישט,קיין גרויסע כבוד פין ראטעווען אפאר נהרי'ס וועט דא אויך נישט זיין האבן זיי געזאגט אז סקעלענר רבי האט נישט קיין כח אין ער וועט נישט קומען, אין לכבוד דעם איז שוין הגז"ל אויך נישט געווען ווייל די בילדער וועט נישט איטערסאנט אן סוקעלנער רבי  

דערווייל שרייט מילך שטערן אז ער מיינט נאך אלץ דעם רבוש"ע...

   



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-24/2/2009 23:05 לינק ישיר 

טייערע ליינער
לעצטע וואך האבן מיר געליינט מדבר שקר תרחק.
די מעשה האט נישט קיין שום האפט. מסתמא האט דאס א ציוני אויסגעטראכט פון פינגער.
איך האב יעצט געהערט א טעיפ פון די אסיפה בבית המדרש סקולען יום א' תרומה. ווי סיי ר' יצחק חיים און סיי ר' משה דוד האבן ביידע אדרעסירט די פארזאמעלטע מיט די זעלבע מיינונג אז די אידן פון תימן מוז מען ראטעווען תיכף ומיד.
לויט ווי איך הער מאחורי הפרגוד אז היינט האט די אמעריקאנער עמבעסי אין תימן עפראווד נאך 7 משפחות צו באקומען רעפיודשי וויזעס בנוסף די פרירדיגע וועלכע האבן שוין מיט א חודש צוריק באקומען די עפראוועל.
אויב אלעס גייט ווי געפלאנט. קומען אן די ערשטע טרענספארטס ערב פסח. מיר וועלן קענען האבן די פרישע אורחים ביים סדר טיש און הערן ווי די תמימות'דיג אידן זאגן מיט טרערן אין די אויגן בצאת ישראל ממצרים ובצאת ישראל מתימן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2009 23:15 לינק ישיר 


צבי הירש זאג ווי איז די הייליגער סקולענער געווען??? 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/2/2009 00:15 לינק ישיר 

יישר כח פאר די גוטע נייעס ר' הערשל

אבער פארוואס איז דאס א סוד, אדרבה מען דארף דאך דאס מפרסם זיין!
וויל מען דען נישט מאכן געלט!
אפשר האנדלט מען מיט אלטמאדישע איינרעדענישן אז מען קען נישט זאגן, דער עולם ווען סייווי באווארפן מיט גרויסע סכומים WAKE UP! אז די היינטיגע יונגעלייט זאלן געבן א דאלאר מוזן זיי דאס פארשטיין און ארויסהאבן, ווידער די אלטע לייט האבן דאך ליידער פארלוירן זייערע געלטער אדער אין מארקעט אדער שווייץ, אדר גאר אין דעפאזעט באקסעס...








דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/2/2009 00:31 לינק ישיר 

יצחק חיים פריינד האט נישט גערעדט, פינטל



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-25/2/2009 03:25 לינק ישיר 

גיי אריבער צו סקולענער בית מדרש בעט די טעיפ אדער דיסק פון די אסיפה פון זונטיג און דארט וועסטו עהם הערן. פיטל מיט נאך א פינטל.

דער אינגער דור וועלכע זענען בבחינת אברכים אדער אפרוחים שלא נפתחו עיניהם זענען זייער נייגעריגע מענטשן און מיינען אז ווייל זיי ווייסן נישט די געהיימע פרטים, איז עס נישט קיין פאקט.
די נייעס איז נישט אין די גאס מסתמא ווייל הצלה ענינים דארף מען טוהן אין געהיים. בקרוב וועלן די משפחות אנקומען קיין אמעריקא און דאמאלט וועט מען מפרסם זיין די פרטים שלא נתנו להעלות על הכתב עדיין.
רבינו הקדוש זי"ע האט עוסק געוועהן מיט געציילטע עסקנים אין די הצלת נפשות עסקנות בשנות תשי"ז ביז תשכ"ד פאר די אידן אין אונגארן און ראמעניע אין גרעסטן געהיים. נאר די עסקנים האבן געוויסט, קיינער אין די גאס האט נישט געמעגט וויסן ביז די ענדע. דאמאלסדיגע "דער איד" וועלכע איז ערשינען נאר איינמאל אין 2 וואכן האט גארנישט געשריבן בכלל. ווען דער סקולענער רבי ז"ל צוזאמען מיט בנו לבלח"ט ולאריכת ימים היינטיגער סקולענער רבי שליט"א זענען אנגעקומען קיין אנטווערפן האט די אגודה געשריבן מיט ווינדער אז עפעס איז געשעהן אויסערגעווענליך, ווייל קיינער האט נישט געוויסט אז רביה"ק האט אין געהיים געארבעט מיט א אינטערגעקויפטן אפיציר אין די שווייץ.
דער גבעת שאול'ער רב הר"ר מנחם זאב שטערן ז"ל איז געוועהן א שווער פאר'ן היינטיגן סקולענער רבי'ן שליט"א און ער אליין האט נישט געמעגט וויסן די איינצעלהייטן פון די אקציע.

ישמע חכם ויוסיף לקח.  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/2/2009 03:35 לינק ישיר 

די שוטה א חוץ פרטים יבאו'ס אין דבר יום ביומו איז גארנישט דא.
איך האב מורא אז די ארבעט'ס פאר די סוכנות.
 
וועם פארקויפסט דא שטיק, די סוכנות רייסט שטיקער,אין די ווילסט פארקויפן לאקשן אז מענצער ארבעט אינטערן טיש. 

זיי מוחל גיי אויף סעמערינג זיך ריען  



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-25/2/2009 04:04 לינק ישיר 

די גאנצע חסד לאברהם מוסד איז א סוד...

גיי זיך די קינדער און ארץ ישרא' מיט די אויגען, נישט דא עס איז א סוד...

אזוי אויך די חסד לארבהם קאנטרי איז אויך א סוד...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/3/2009 17:09 לינק ישיר 

ארגינעלער, ווען די שרייבסט פינטל נאך א סטעיטמענט איז עס וואו צוזאגן: איך האב נישט קיין אהנונג וואס איך רעד...
הער אויס דעם טעיפ און יא, יצחק חיים פריינד רעדט!!!
רבי יונה, נישטא קיין חסד לאברהם, מ'פארקויפט ליגנטס פארן עולם אויף א מאסיוון פארנעם און קיינער האט נישט קיין שכל נאכצוקוקן.
ביסט א גרויסער פאנטאזירער און קאנספיראציע ליבהאבער, דו האלטסט מסתמא אז 911 איז געווען א ''אינסייד זשאב''



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/3/2009 21:03 לינק ישיר 

פאר אויף ארץ ישרא' פון דן ביז באר שבע, און זיך אויף די סקולען חסד לאברהם מוסדת, וועסטו טרעפען אזוי בערך.

אין בני ברק א גרויסע בנין, די ערשטע שטאק א ביהמ"ד, און העכער פון דעם א דירות פארדינגען פאר גרויס געלט פאר ליטווישע און ספרדישע ישיבה בחורים.

פאר קיין מירון איז דא א גרויסע חסד לאברהם בילדונג, גיי קלאפ אריין אינעם טיר, קענסט קלאפן קלאפן קיינער נישט דארט, נאר שבתים איז איינער דארט מען פארדינגט עס פאר ישיבות רבנים וכו' וואס קומען אויף מירון.

אזוי פאר ווייטער און ווייטער.

גראדע ווער האט די בילד וואס איז געווען אין כל העולם כולו ווען סקולענער רבי שליט"א איז געפארן פאר יאר קיין ארץ ישראל, און זיי שרייבען אפען בילד כינוס לכל תלמידי חסד לאברהם מכל הארץ, און מען זעהט נישט דארט קיין 20 קינדער!

די איינציגעסטע וואס חסד לאברהם פארמאגט איז הערליכע קאנטרי אין סאוט פאלסבורג א יופי און א הדר, פון די שענסטע קאנטריס אינעם קעטסקילס.

איך וויל דא קלאר ארויסברענגען איך מיין ח"ו נישט פוגע זיין אינעם כבוד פון כ"ק מרן אדמו"ר מסקולען שליט"א, וואס ער האט נישט קיין מינדערסטע אנהוג פון די גאנצע גניבה וגזילה אפעראט וואס זיינע גבאים פירן אן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/4/2009 23:23 לינק ישיר 

ווייסט איינער וואס ס'איז געווארן מיט תימנער יודין זענען זיי ארויס געקומען ?
 
וואס ס'איז געבליבן מיט סוקלענער רבי'ס שליט"א מסירות נפש פאר די תימנער יודין ? 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > סוקעלענער גבאים שאקלען זיך אפ פין תימן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext