צביעות, בלאף און חנופה פון רז"ל גרייכט קלימאקס
דער צבוע'ניק, אקטיור און פאליטיקאנט רז"ל איז היינט ווידער געקומען צום קלימאקס פון צביעות און חנופה, נעמליך ער האט איינגעזעהן די מורא'דיגע נחיצות פון ווידער ברעכן זיין שווייגעניש און ווידער מוחה זיין קעגן זיין כבד "את" לרבות אחיך הגדול, היתכן מ'האט מבזה געווען זריל'ן. פארשטייסט א מעשה, זיין אייגן ברודער און שוועסטער האט מען געמעגט שטויסן און טרעטן פאר 8 יאר, זיין אייגן טאטן האט מען געקענט מבזה זיין און יונק זיין דעם דם התמצית (עיין שאול פ"ש טעיפ), נאר זריל גליק טראגט ער ממש נישט אריבער. פוי! דער מענטש איז א גרויל. אגב, וואס האט מען דען געטאן פאר דעם אומשולדיג שעפעלע זריל, מ'קען מיינען מ'האט איהם באווארפן מיט אייער, געשלאגן, באשריגן, מחרים געווען, ווי וואס ווען, קיין קראץ האט מען איהם נישט געטאן, ס"ה האט מען איהם אויפן איידלסטן אויפן אויסגעשלאסן פון א קהל וואס איז ממילא שוין לאנג קשר בוגדים און נעאלאגן, נו מאי כולה רעש? מ'טאר דאך סיי ווי נישט באלאנגען צו די קנופיא. נו וואס פארפירסטו? וואס האסטו געוואלט די קשר בוגדים זאלן איהם ווייטער האלטן? זעצין אויוונאן, לעבן רבי'ן וואס ער האט געשטאכן אין רוקן א טאג פארדעם? און דער ריינער אמת איז אז דא איז אינגאנצן אנאנדערן אגענדע באגראבן, די זאליס ווייסן זייער גוט אז דער זריל איז א מענטש וואס מ'קען זיך נישט אויסרעכענען, ער קען זיך מארגן אויפוועקן און חוזר זיין פון זיין עפידעוויט, וואס דעמאלטס זענען זיי קאפוט מיט זייער ערכאות, אשר ע"כ האבן זיי איינגעשפאנט זייער גאנצער אפאראט זיך צו חנפענען און לעקן צו זריל, מיט א עדיטאריעל, א מוחאה, ווי מ'איז איהם משבח ומפאר, נעכטן האט דער רז"ל איינגעזעהן ער מוז אויך זעהן צו זיכער מאכן אז ח"ו זריל איז נישט חוזר פון זיין ערכאות...בשעת'ן זיין מוחה האט איין זאך געשווימען און דעם גז"ל'ס קאפ "מארטש 6" קיין ספק....נייס טריי חונף און פאליטיקאנט!!
 |
|
|