איך ווייס נישט צו ס'אפגערופן צו נישט, איך האף אז ס'איז אפגערופן, איך האב שוין געשריבן איינמאל אז איך זעה נישט קיין שום תועלת דאס אויפצושפילן און איך בין נישט נייגעריק עס צו הערן
לאמיר אויסשמועסן אלע טענות פארוואס יא,
מ'דארף אויפדעקן זייער שלייער:
וואס אויפדעקן ווען אויפדעקן, שוין לאנג אויפגעדעקט זייער שלייער, 90% פון די זאליס לייקענען עס מיטאמאל, און זיי צוקראצן זיך נישט דערפין, ס'למותר צו זאגן אז דער זאלי איז נישט קיין זאלי מצידקות זלמן לייב, אך מרשעות *****. אויב גלייבסטו נישט זיי זשע מוחל און הער נאכמאל דעם טינוף בלומענפעלדס דרשה.
די פרעמדע גאס וועט איינזעהן און זייערע מעשי רשע:
וואס פרעמדע ווען פרעמדע, ערווארט נישט גארנישט פון די פרעמדע גאס, זערא, יעדער נארמאלער פרעמדע רב אדער קהלה שטייט 100 מייל ווייט פון די מחלוקה, קיינער זוכט זיך נישט
ס'וועט ברענגן געלט:
איך זעה נישט וויזוי, איך מיט נאך צענדליגע ווי איך זאגן פה אחד איך גיי נישט אוועק געבן א מוצ"ש פאר שבת הגדול, צו זעהן ווי די וועלטס שייגץ שטיק פון זלמן לייב ט"ב איז גוט געלונגען...סתם זיך אליינס צו מצער זיין?....
נו וויזוי זאל קהל האבן געלט:
גוטע פראגע, אזוי נישט, ענדערש זאלן זיי סתם א זונטאג נאכט האלטן א גענאראל פארזאמלונג מיט א קאמפיין...
 |
|
|