איך האב געהערט נאכזאגן פון רבי אהרן ט"ב (געוועזענער קרית יואל'ער רב), א מורא'דיגע פשט אויף די משנה אין אבות (ה, טז), כל מחלוקת שהיא לשם שמים, סופה להתקיים. ושאינה לשם שמים, אין סופה להתקיים. האט ער מדייק געווען אויף די לשון ספוה להתקיים וואס איז די פשט להתקיים, אין נאך מער וואס איז די גרויסע זאך אז כל מחלוקת שהיא לשם שמים סופה להתקיים, ס'איז דאך אסאך בעסער אז עס בלייב נישט.
האט רב אהרן מסביר געווען, אז ווען איינער טוט עפעס לשם שמים, אין זאגט פאר איינעם אז מ'טאר נישט טוהן די אין די זאך ווייל ס'איז אסור, אין יענער ווייזט אים אויף א ס'איז מותר אין אפשר אויך גאר אז עס איז א מצוה, וועט ער טאקע איין זעהן אז יענער איז גערעכט וכו'.
אבער די דרך פין בעלי מחלוקת וואס מיינען נישט לשם שמים נאר זיך, אין זאגן אויף א זאך ס'איז אסור ווייל מ'האט א שנאה צו דער וואס טוט עס, אפילו אויף א זאך וואס איז מותר אדער אפשר גאר א מצוה, אין מען טרעפט עפעס א סיבה פארוואס ס'זאל זיין אסור, אבער נאכדעם ווייזט מען אים אויף אז ס'איז נישט אמת נאר פארקערט, וועט ער קומען מיט א צווייטע טעם פארוואס ס'איז אסור, אין אויב וועט מען ווייטער אים אויף ווייזן אז ער איז נישט גערעכט, וועט ער טרעפן א אנדערע סיבה פארוואס די זאך איז אסור, וכו' וכו', וויפיל מען וועט אויפווייזן וועט טרעפן נאך עפעס סיבה א פארוואס די זאך איז אסור.
מיט דעם האט ער מפרש געווען די משנה כל מחלוקת שהיא לש"ש סופה להתקיים, ווייל ער מיינט נאר דעם באשעפער אין אויב ווייזט מען אים אז ער איז נישט גערעכט נאר פארקערט ס'מותר, איז ער צופרידן אין ער זאגט מער נישט אז עס איז אסור, אין ער דארף נישט זוכן נאך עפעס א טעם ער זאל קענען זאגן אז ס'איז אסור, דאס מיינט סופה להתקיים עס בלייב איין טעם פאר וואס ער האט געהאלטן אז עס איז דא א איסור, אין אויב ס'איז נישט דא די טעם איז נישט דא קיין איסור.
ושאינה לשם שמים, אין סופה להתקיים, ווייל ביי זיי איז די זאך קודם אסור, אין נאכדעם וועט מען זוכן פארוואס עס איז אסור, אין ווען מען ווייזט זיי אויף אז זיי ווייסן נישט וואס זיי רעדן, וועלן זיי טרעפן א נייע סיבה, וכו' וכו'. וועגן דעם איז עס אינה סופה להתקיים ווייל מען דארף זוכן א נייע סיבה פארוואס עס איז אסור יעדע שטיק צייט. עכ"ד הנחמדים.
איך מיין אז דא ביי די 82 פלייש קען מען עס זעהן בחוש, ווי די ארונים קומען אויף יעדן טאג חדשים לבקרים מיט נייע טעמים פארוואס די פלייש איז נישט גוט, אדער מ'קען עס נישט נוצן פאר פסח, אדער ס'איז נישט מהודור, אדער דער זאלץ איז פון דעס און יענס, באלד וועלן זיי זאגן אז עס נישט כשר. מיט אלע שטותים און ליגענטס.